|
אַ רעקלאַמע פֿונעם אַמאָליקן שיינקייט־קאָנקורס "מיס סאָבווייס" |
|
דערצויגן געוואָרן אין דער שטאָט ניו־יאָרק, בײַ אַ משפּחה וואָס האָט נישט פֿאַרמאָגט קיין אויטאָ, האָב איך אַ גרויסן חלק פֿון מײַן לעבן "אויסגעלעבט" אויף דער אונטערבאַן ("סאָבוויי"). הגם הײַנט פֿאָר איך בדרך־כּלל מיטן אויטאָ און מיט דער מחוץ־שטאָטישער באַן "מעטראָ־נאָרט" (Metro North), מוז איך מודה זײַן, אַז מײַנע יאָרן אויף דער אונטערבאַן האָבן זיכער געהאָלפֿן צו אַנטוויקלען בײַ מיר דאָס געפֿיל פֿון אַן עכטן ניו־יאָרקער.
אין עלטער פֿון 11 יאָר, למשל, זענען איך און מײַן 10־יאָריקע שוועסטער, גיטל, יעדע וואָך, נאָך די קלאַסן, געפֿאָרן מיט דער אונטערבאַן פֿינף סטאַנציעס צו אונדזער פּיאַנע־לעקציע. וואָס איז דער חידוש, פֿרעגט איר? איר קענט זיך אויסמאָלן, אַז צוויי אומשולדיקע מיידלעך, טראָגנדיק קליידלעך און צעפּלעך, זאָלן הײַנט פֿאָרן, אָן שום באַגלייטונג פֿון אַ דערוואַקסענעם — אויף דער אונטערבאַן? איך — נישט. פֿונדעסטוועגן, מיין איך, אַז דאָס האָט אונדז געגעבן אַ געוויסן נישט־באַוווּסטזיניקן קוראַזש, וואָס פֿעלט הײַנט די קינדער, וואָס זייערע עלטערן מוזן זיי פֿירן אינעם אויטאָ פֿון איין אָרט צום צווייטן.
איך פֿלעג ליב האָבן צו לייענען די רעקלאַמעס אויף די ווענט. איך געדענק, למשל, די מעלדונגען וועגן דעם יערלעכן שיינקייט־קאָנקורס, "מיס סאָבווייס". עטלעכע וואָכן פֿאַרן קאָנקורס, איז אין יעדן וואַגאָן געהאָנגען אַ בילד פֿון די זעקס פֿינאַליסטקעס. פֿלעג איך מיט גיטלען איבערלייענען זייערע קליינע ביאָגראַפֿיעס — בדרך־כּלל, סטודענטקעס, סעקרעטאַרשעס, זינגערינס, און טענצערינס — און דיסקוטירן מיט איר, ווער ס׳וואָלט געדאַרפֿט געווינען די "אונטערערדישע קרוין". איך פֿלעג זיך אָפֿט מאָל חידושן, ווי אַזוי איינע מיט אַ גרויסער נאָז אָדער געדיכטע ברעמען האָט דערגרייכט אַזאַ מדרגה, אַז איר פּנים זאָל באַצירן יעדן וואַגאָן פֿון דער ניו־יאָרקער באַן־סיסטעם.
איך האָב זיך אויך געלערנט מײַנע ערשטע שפּאַנישע זאַצן אויף דער אונטערבאַן. אין יעדן וואַגאָן איז געהאָנגען אַ וואָרענונג אויף ענגליש און אויף שפּאַניש: "די רעלסן פֿון דער אונטערבאַן זענען געפֿערלעך. אויב די באַן שטעלט זיך אָפּ צווישן די סטאַנציעס, בלײַבט אינעווייניק. גייט נישט אַרויס. וואַרט אויף די אינסטרוקציעס פֿון די קאָנדוקטאָרן אָדער דער פּאָליציי". גיטל און איך האָבן זיך אויסגעלערנט אויף אויסנווייניק די שפּאַנישע שורות, און זיי איבערגעחזרט אַזוי פֿיל מאָל, ביז די ווערטער האָבן זיך בײַ אונדז אַראָפּגעקײַקלט פֿון דער צונג ווי בײַ אמתע פּוערטאָ־ריקאַנער. און ס׳איז אונדז צו ניץ געקומען: אַז מיר זענען געשטאַנען ערגעץ צווישן מענטשן, און געוואָלט אויסזען ווי אמתע שפּאַניש־רעדער, האָבן מיר אויסגעשאָסן די שפּאַנישע שורות מיט אַזאַ טראַסק, אַז אַ נישט־שפּאַניש רעדער וואָלט געקענט מיינען, מיר טיילן זיך מיט עפּעס אַ זאַפֿטיקער פּליאָטקע.
מײַנע דרײַ בנים האָבן שטאַרק ליב צו פֿאָרן אויף דער אונטערבאַן. קינדווײַז פֿלעגן זיי צודריקן די פּנימלעך צו די פֿענצטער, סײַ ווען די באַן איז געפֿאָרן אין דרויסן, סײַ אינעם פֿינצטערן טונעל. מײַן עלטסטער, יאַנקל, האָט שוין צוויי מאָל געפּרוּווט צו פֿאַרווירקלעכן זײַנס אַ חלום: צו פֿאָרן, במשך פֿון איין טאָג, אויף יעדער ליניע פֿון דער גאַנצער סיסטעם, פֿון דער #1 ביז דער #7; פֿון דער A־באַן ביז דער Z. (מע דאַרף האָבן אַ מאַטעמאַטישן קאָפּ דאָס אויסצופּלאָנטערן.) ביידע מאָל האָט יאַנקל באַוויזן צו פֿאָרן אויף אַלע ליניעס... אַחוץ איינער.
נישט קיין חידוש, אַז בײַ אונדז אין דער היים הענגט אַ ריזיקע מאַפּע פֿון דער אונטערבאַן — אין וואַשצימער, אויפֿן פֿירהאַנג איבער דער וואַנע.
געוויסע זכרונות זענען מיר אָבער נישט אַזוי ניחא: למשל, די שרײַענדיקע, חוצפּהדיקע יונגע לײַט, וועלכע נעמען איבער די וואַגאָנען, צווישן 3 און 5 אַ זייגער נאָך מיטאָג, ווען די שול איז אויס; די היימלאָזע, וואָס צעשפּרייטן זיך אויף די זיצערטער, און פֿילן אָן דעם וואַגאָן מיט זייערע נישט־היגיענישע ריחות; די אָפּקומענישן מיט דער באַן אַליין — אַ מאָל בלײַבט מען אַ האַלבע שעה שטעקן צווישן סטאַנציעס, אָדער מע הייסט אַלעמען אַרויסגיין, ווײַל די באַן איז קאַליע געוואָרן.
דאָס ערגסטע איז אָבער געשען מיט אַן ערך צוואָנציק יאָר צוריק, און אַלץ צוליב אַ מאַנטל...
אַ חבֿרטע האָט מיר געהאַט אַוועקגעגעבן איר ווײַסן שאָפּן־פֿעלענעם מאַנטל. געוויינטלעך וואָלט איך אַזאַ בגד נישט געטראָגן, ווײַל כ׳האָב חושד געווען, אַז די ציכטיקע ווײַסקייט וועט צוציִען צו פֿיל אויפֿמערק. פֿונדעסטוועגן, איז ער געווען וואַרעם און שיין.
איין מאָל, טראָגנדיק דעם מאַנטל, האָב איך זיך פֿאַרקוקט אויף אַ מאָדנעם פּאַסאַזשיר, וועלכער האָט געבורטשעט צו זיך אַליין. מיט אַ מאָל שטעלט ער אָן אויף מיר אַ פּאָר בייזע אויגן און שרײַט: "וואָס קוקסטו?"
"איך קוק נישט," האָב איך גלײַך געענטפֿערט, און פֿאַרקערעוועט מײַן בליק.
"איך האָב געזען, אַז דו קוקסט יאָ!" און ער האָט זיך צעגאָסן מיט אַזאַ ניבֿול־פּה אויף מיר, אַז דאָס האַרץ האָט מיר אָנגעהויבן ווילד קלאַפּן. די אַנדערע פּאַסאַזשירן האָבן זיכער געהערט וואָס ער זאָגט, אָבער האָבן — מעשׂה ניו־יאָרקער — געשוויגן. כ׳האָב זיך געפּרוּווט באַרויִקן: "בלויז נאָך איין סטאַנציע, און איך וועל פּטור ווערן פֿון אים אויף אייביק..." ווען די טירן האָבן זיך געעפֿנט אויף דער 59סטער גאַס, בין איך גיך אַרויס, און פּלוצלינג דערהערט ווי ער גייט מיר נאָך, און זידלט מיך ווײַטער! הייב איך אָן צו לויפֿן, לויפֿט ער מיר נאָך. די פֿיס האָבן מיך געטראָגן וואָס גיכער, דורך דעם אַרויסגאַנג־טיר, אַראָפּ דעם לאַנגן קאָרידאָר, און אַרויף די טרעפּ אין דרויסן אַרויס. אַ פֿאַרסאָפּעטע, האָב איך זיך, סוף־כּל־סוף, דערלויבט אומצוקוקן, און באַמערקט, דורך די טרערן, אַז ער איז שוין מער נישטאָ. כ׳האָב דעמאָלט באַשלאָסן, אַז שולדיק אין דעם איז דער רייצנדיקער ווײַסער מאַנטל, און כ׳האָב אים שוין מער נישט אָנגעטאָן.
הײַנט פֿאָר איך צו דער אַרבעט מיט דער "מעטראָ־נאָרט". ס׳איז אַ מחיה. שיין און ריין. יעדער האָט אַ זיץ־אָרט. אַ וואַשצימער אין יעדן צווייטן וואַגאָן. העקלעך אויף די ווענט, אויפֿצוהענגען די מאַנטלען. די פּאַסאַזשירן טראָגן עלעגאַנטע אָנצוגן. דער עיקר — ס׳איז רויִק, נישטאָ קיין שרײַענדיקע יונגע לײַט; דער איינציקער רעש איז ווען עמעצער רעדט צו הויך אויף דער מאָבילקע.
מיט עטלעכע חדשים צוריק, פֿאָרנדיק אויף דער "מעטראָ־נאָרט", האָט אַ פּאַסאַזשיר, אַ שוואַרצער יונגערמאַן, זיך פּלוצלינג צעווערטלט מיטן קאָנדוקטאָר, אַ פּנים, ווײַל זײַן בילעט האָט נישט געטויגט. דער קאָנדוקטאָר האָט גערעדט רויִק, אָבער דער פּאַסאַזשיר האָט געהאַלטן אין איין שרײַען, אַז דער קאָנדוקטאָר ווייסט נישט וואָס ער רעדט. מיר, די אַנדערע פּאַסאַזשירן, האָבן זיך געשראָקן, אַז דער פּאַסאַזשיר זאָל אים, חלילה, נישט באַפֿאַלן.
מיט אַ מאָל האָב איך באַמערקט, ווי צוויי מיטל־יעריקע שוואַרצע פֿרויען לעבן מיר שאָקלען טרויעריק מיטן קאָפּ. אָנווײַזנדיק אויפֿן אויפֿגעקאָכטן פּאַסאַזשיר, האָט איינע באַמערקט: "אַבי כ׳האָב געמיינט, אַז אַזוינע זאַכן טרעפֿן נאָר אויף דער ׳סאָבוויי.׳"