דער אויסבראָך פֿון דער געדערעם־באַציל (E. coli) צוליבן עסן זאַק־שפּינאַט, קאָן שטאַרק שאַטן דעם פֿאַרקויף פֿון די פֿריִער־געוואַשענע, פּלאַסטיש־אײַנגעפּאַקטע סאַלאַטן, וואָס זענען הײַנט אַזוי פּאָפּולער בײַ די צײַט־באַגרענעצטע, דיעטע־באַוווּסטזיניקע אַמעריקאַנער, זאָגן די עקספּערטן פֿון דער שפּײַז־אינדוסטריע, וואָס באַטרעפֿט הײַנט 2.8 ביליאָן דאָלאַר אַ יאָר.
די עפּידעמיע, אויסגעבראָכן דעם 7טן סעפּטעמבער אין וויסקאָנסין, האָט ביז איצט אומגעבראַכט 1 מענטש, און אָנגעשטעקט מער ווי 170 אַנדערע אין 12 שטאַטן איבער אַמעריקע. דערווײַל איז נישטאָ קיין באַווײַז, אַז דער מקור פֿון דער באַקטעריע איז דאָס אָרט וווּ מע פּאַקט אײַן די בלעטער, אָדער אַז דער געדערעם־באַציל, וואָס געפֿינט זיך אינעם שטולגאַנג פֿון חיות און מענטשן, פֿאַרמערט זיך אין די פּלאַסטישע זעק.
צוליב דעם האָבן די פֿעדעראַלע און שטאַט־אינספּעקטאָרן באַזוכט נישט בלויז די שפּײַז־באַאַרבעטונג־פֿאַבריקן אין צענטראַל־קאַליפֿאָרניע, נאָר אויך די נײַן פֿאַרמען, וואָס באַזאָרגן די פֿאַבריקן מיט שפּינאַט, בפֿרט די פֿאַרמען פֿונעם "סאַלינאַס־טאָל", אין קאַליפֿאָרניע. זינט 1995 איז 20 מאָל אויסגעבראָכן אַן עפּידעמיע פֿון געדערעם־באַציל, צוליב פֿריש־געשניטענע שאַלאַטן אָדער שפּינאַט; און אַכט פֿון זיי זענען פֿאָרגעקומען אינעם "סאַלינאַס־טאָל".
Natural Selection Foods, די קאַליפֿאָרניע־פֿירמע, וואָס באַאַרבעט און פּאַקט אײַן דעם שפּינאַט און איז איצט דער פֿאָקוס פֿון דער אויספֿאָרשונג, האָט מיטוואָך געמאָלדן, אַז אַן אומאָפּהענגיקע לאַבאָראַטאָריע האָט בײַ זיי נישט געפֿונען קיין סימן פֿון אָנשטעקונג.
נינאַ פּלאַנק, אַן עקספּערט אין די פֿאַרמער־מערק, האָט אין אַן אַרטיקל אין דער "ניו־יאָרק טײַמס" (New York Times) פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק געשריבן, אַז דער אמתער מקור פֿון דער באַקטעריע איז פֿון אין גאַנצן אַן אַנדער שפּײַז־אינדוסטריע: רינדערן פֿלייש און מילכפֿיך.
"דער געדערעם־באַציל געפֿינט זיך שטענדיק אינעם מאָגן בײַ געזונטע פֿיך און מענטשן, אָבער געוויינטלעך, קאָן דאָס זײַערס אינעם מאָגן אים באַקעמפֿן," האָט פּלאַנק דערקלערט. "אָבער די באַקטעריע אין דעם פֿאַל, e. coli O157:H7 איז אַ סך מער מוראדיק," האָט זי געזאָגט. "זי איז אַזוי מעכטיק, אַז דאָס מאָגן־זײַערס איז נישט מסוגל זי צו הרגענען, און דערפֿאַר קאָן עס גורם זײַן מאָגן־קראַמפֿן, שילשול, היץ און — אין זעלטענע פֿאַלן — אַ טייטלעכן נירן־פֿעלער."
פּלאַנק האָט באַטאָנט, אַז מע וואָלט געקאָנט אויסמײַדן די פּראָבלעם, ווען מע וואָלט געהאָדעוועט די פֿיך מיט אַ נאַטירלעכער דיעטע פֿון גראָז און היי. די צרה איז, אַז הײַנט האָדעוועט מען זיי מיט תּבֿואה, וואָס איז לחלוטין אַן אומנאַטירלעכער שפּײַז פֿאַר זיי. דאָס עסן תּבֿואה מאַכט דעם מאָגן פֿון די פֿיך אַ סך מער זויער, און דערבײַ שאַפֿט עס אַ "באַקוועמע" סבֿיבֿה פֿאַר דער געפֿערלעכער באַקטעריע O157:H7. דער אָנגעשטעקטער שטולגאַנג פֿון יענע תּבֿואה־עסנדיקע פֿיך שטעקט אָן דאָס גרונטוואַסער, און פֿאַרשפּרייט די באַקטעריע איבער די ערד־פּראָדוקטן, ווי שפּינאַט, וואָס וואַקסן אין די שכנותדיקע פֿאַרמען.
אין 2003 האָט דער "זשורנאַל פֿון מילך־וויסנשאַפֿט" איבערגעגעבן, אַז דער געפֿערלעכער געדערעם־באַציל O157:H7 געפֿינט זיך אין כּמעט 80% פֿון די מילכפֿיך, אָבער ווען מע האָט געביטן די דיעטע פֿון תּבֿואה אויף היי, איז דער פּראָצענט פֿונעם געפֿערלעכן באַציל שטאַרק פֿאַרקלענערט געוואָרן במשך פֿון בלויז פֿינף טעג.
"יו־עס־איי טודיי" (USA Today) האָט אין איר עדיטאָריאַל פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק דערקלערט, אַז די עפּידעמיע וואָלט מסתּמא געווען אַ סך ערגער, ווען די פֿאַראייניקטע שטאַטן וואָלט נישט געהאַט אַזאַ גיך־פֿונקציאָנירנדיקע וואָרענונג־סיסטעם: "ווען עס באַווײַזט זיך אַ סכּנה אין אַ געוויסן שפּײַז, איז דאָס בעסטע געווער — געניטע דעטעקטיוו־אַרבעט, מאָדערנע טעכנאָלאָגיע און עפֿעקטיווע קאָמוניקאַציע."
דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק האָט אַן אַרטיקל אין דער "וואַשינגטאָן פּאָסט" (Washington Post) אַרויפֿגעלייגט די שולד דירעקט אויף דער "עף־די־איי". די צוויי מחברים — וויליאַם שולץ, וואָס איז אַליין געווען אַ וויצע־קאָמיסיאָנער פֿון דער "עף־די־איי" צווישן 1994 און 1998, און אַל מייערהאָף, אַן אַדוואָקאַט וועגן סבֿיבֿה־ענינים — האָבן איבערגעגעבן, אַז אינעם "סאַלינאַס־טאָל", איז כּמעט יעדער טײַך עובֿר אויף די ריין־וואַסער־פֿאָדערונגען פֿון דער פֿעדעראַלער רעגירונג.
די סיבה, פֿאַר וואָס דער "סאַלינאַס טאָל" לײַדט נישט פֿון קיין שטראָף פֿאַר אַזעלכע בראָכן, שרײַבן שולץ און מיירהאָף, ליגט אין דעם, אַז ס׳איז נישט קלאָר ווער ס׳איז דער באַלעבאָס. דרײַ אַגענטורן אין דעם "אַגריקולטור־דעפּאַרטמענט", צוויי אַגענטורן אינעם "דעפּאַרטמענט פֿון געזונט און מענטשלעכע באַדינונגען", און אויך די "סבֿיבֿה־באַשיצונג אַגענטור" ("אי־פּי־איי") האָבן אַלע אַ געוויסן קאָנטראָל איבער דער שפּײַז־פּראָדוקציע, אָבער קיינער פֿון זיי טראָגט נישט דאָס הויפּט־אַחריות פֿאַר דער קוואַליטעט פֿונעם עסן.
"די ׳עף־די־איי׳ האָט בלויז 1,962 אינספּעקטאָרן פֿאַר מער ווי 100,000 אײַנריכטונגען, און דערפֿאַר ווערן די שפּײַז־אײַנפּאַקונג־פֿאַבריקן באַזוכט דורכשניטלעך בלויז איין מאָל אין 10 יאָר; די אימפּאָרטירטע פּראָדוקטן ווערן בכלל נישט אינספּעקטירט."
דערפֿאַר, שרײַבן שולץ און מייערהאָף, מוז מען פֿאַראייניקן אַלע פֿונקציעס פֿון דער שפּײַז־זיכערהייט אונטער איין אַגענטור. אָט דער געדאַנק, וואָס ווערט געשטיצט פֿון וויסנשאַפֿטלער און קאָנסומענטן־אַקטיוויסטן, איז שוין פֿאָרגעלייגט געוואָרן דורכן סענאַטאָר דיק דורבין (דעמאָקראַט, אילינוי) און קאָנגרעספֿרוי ראָזאַ דעלאַוראָ (דעמאָקראַט, קאָנעטיקאָט), "אָבער צום באַדויערן זענען זייערע רעקאָמענדאַציעס נישט אָנגענומען געוואָרן. די סיבות דערפֿאַר? צוליב די אָנגייענדיקע ראַנגלענישן צווישן די פֿאַרשידענע אַגענטורן, און צוליב דעם כּוח פֿון דער ׳אַגרי־ביזנעס׳."
און וואָס איז די גרעסטע איראָניע? פֿאַראַיאָרן האָט מען אײַנגעפֿירט, אַז יעדער סעפּטעמבער זאָל דווקא באַצייכנט ווערן ווי "דער חודש פֿון לערנען וועגן שפּײַז־זיכערהייט"...