מוזיק
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יוסף ראַבין
יוסף ראַבין

מיט יוסף ראַבינען האָבן מיר זיך געקענט ניט איין צענדליק יאָר. אין משך, קאָן מען זאָגן, פֿון אַן אַנדער עפּאָכע האָב איך געדרוקט אויף דער מאַשינקע זײַנע ווערק. אונדז איז אויסגעקומען אין איינעם איבערלעבן גענוג געשעענישן, וועלכע זײַנען פֿאָרגעקומען פֿאַר דער צײַט פֿון אונדזער באַקאַנטשאַפֿט.

אין "פֿאָרווערטס" האָב איך איבערגעלייענט מישע לעווס זייער אינטערעסאַנטע דערמאָנונגען וועגן יוסף ראַבינען. עס האָט מיר ממש פֿאַרקלעמט דאָס האַרץ, דערמאָנענדיק זיך וועגן דעם טײַערן, געטרײַען, באַוווּסטן שרײַבער יוסף ראַבין.

איך דערמאָן זיך די טעג און חדשים, ווען איך האָב געאַרבעט אין דער צײַטונג "אייניקייט". געווען איז דאָס אין סוף 1943. אַ קאַלטער ווינטערדיקער טאָג. מיר האָבן געאַרבעט אין די מאַנטלען, געזעסן אין איין גרויסן צימער. עס גיט זיך אַ צעפּראַל די טיר, אַזוי ווי עס וואָלט אַרײַנגעקומען אַ ברייטער, הויכער מענטש, נאָר ס׳האָט זיך באַוויזן אינעם אַרײַנגאַנג אַ קליין־וווּקסיקער יונגערמאַנטשיק, דער קאָפּ פֿאַרהויבן, די אויגן גרויסע, טרויעריקלעכע, אַן אָפּגעצויגן פּנים. ניט מיט קיין שמייכל איז ער אַרײַנגעקומען. אויף דעם מאָגערן פּנים איז געלעגן אַ מין טרויער. אָנגעטאָן איז ער געווען אין אַ וואַרעם היטל — אַן אושאַנקע, און אַ גרויער, קאַלטער שינעל, ניט לויט דער מאָס. אויף די פֿיס וויקלשנורן — אָבמאָטקעס, שיך — אויך ניט פֿון זײַן מאָס — גרויסע, פּשוטע, אָפּגעטראָגענע.

איך האָב אים ניט דערקענט, און ס׳האָט זיך מיר אויסגעוויזן, אַז עס איז אַרײַנגעקומען אַ פֿרעמדער מענטש — פֿאַר מיר און ניט נאָר פֿאַר מיר, פֿאַר די אַלע, וועלכע זײַנען געזעסן אין צימער בײַ די טישן און געגרייט דעם נומער פֿון דער צײַטונג "אייניקייט", וועלכן מע האָט געדאַרפֿט אָפּגעבן אין זאַץ.

ווי גרויס איז געווען מײַן פֿאַרוווּנדערונג, ווען איך האָב דערזען, אַז דוד בערגעלסאָן, שמואל האַלקין און נאָך אייניקע מיטאַרבעטער, וועלכע זײַנען געזעסן מיט אונדז אינעם צימער, האָבן דעם אַרײַנגעקומענעם אַרומגענומען און זיך דערקושט מיט אים שווײַגנדיק, ניט מיט קיין הויכע אויסרופֿן, ווי עס טרעפֿט זיך אַמאָל בײַ אַ באַגעגעניש נאָך אַ לאַנגן איבעררײַס: "דאָ געקומען, נו־נו, מיר וואַרטן אַזוי אויף דיר!" דאָ איז געווען זייער שטיל, מע האָט זיך האַרציק אַרומגענומען, באַזונדערס דוד בערגעלסאָן האָט אים צוגעטוליעט צו זיך און מע האָט ווײַטער פֿאָרגעזעצט — יעדערער זײַן אַרבעט, בלויז איינער האָט זיך אויפֿגעהויבן פֿון אָרט נאָך דעם, ווי מע האָט זיך מיטן אַרײַנגעקומענעם באַגריסט. דאָס איז געווען דוד האָפֿשטיינס ברודער וועלי, וועלכער איז דעמאָלט אויך געווען אַ מיטאַרבעטער בײַ אונדז אין רעדאַקציע. געזעסן איז ער שאַ־שטיל, ווען עס איז פֿאָרגעקומען אָט דאָס ביז גאָר שטילע באַגעגעניש. ער איז געווען אַרײַנגעטאָן אין די פּאַפּירן, וואָס זײַנען געלעגן בײַ אים אויפֿן טיש. מיר האָט זיך אויסגעוויזן, אַז ער האָט אַפֿילו ניט באַמערקט, אַז עמעצער איז אַרײַן אין צימער, אַזוי איז ער געווען פֿאַרטיפֿט אין זײַן אַרבעט. ער האָט בײַ מיר געבעטן אַ ריין זײַטעלע פּאַפּיר, אַרויסגענומען פֿון זײַן טישקעסטל אַ שטיקעלע ברויט פֿון אַ גראַם פֿופֿציק, אײַנגעוויקלט עס זייער גיך, כאָטש אַליין פֿלעגט ער אַלצדינג טאָן פּאַמעלעך, אַ גיכן שפּאַן געטאָן צום געקומענעם און אים אַרײַנגעלייגט אין קעשענע דאָס שטיקעלע ברויט פֿאַרוויקלט אינעם פּאַפּיר.

פֿאַר מיר איז עס געווען אומפֿאַרשטענדלעך. פֿאַר וואָס גיט ער אָפּ דעם לעצטן ביסן ברויט? ממש צוריק מיט אַ שעה, ווען איך בין געגאַנגען עסן מיטיק, זײַנען אַ סך חבֿרים אויך אַוועקגעגאַנגען עסן מיטיק — ווער אין גאָרקיך, ווער אין קלייט עפּעס אײַנקויפֿן, ווי מע פֿלעגט זאָגן — "אָטאָוואַרעווען זיך", און עס האָט זיך באַקומען אַזוי, אַז וועלי האָפֿשטיין האָט געדאַרפֿט איבערבלײַבן אַליין אין צימער. ער איז צו מיר צוגעגאַנגען און אָנגעהויבן מיך בעטן, איך זאָל אים אַליין ניט איבערלאָזן אין צימער. ניט פֿאַרשטייענדיק די סיבה, פֿאַר וואָס ער וויל אַליין ניט בלײַבן, האָב איך זיך צעלאַכט און אַ זאָג געטאָן: מײַן מיידעלע האָט אויך מורא אַליין צו בלײַבן. איר זײַט דאָך ניט קיין קליין קינד, וואָס איז מיט אײַך, וועלי? האָט ער מיר געענטפֿערט זייער שטיל, אַזוי ווי די האָפֿשטיינס פֿלעגן רעדן:

— ניין, איך האָב ניט מורא צו בלײַבן אַליין, איך האָב מורא צו בלײַבן אַליין מיטן ברויט, כ׳זאָל עס ניט אויפֿעסן.

און דאָ גיט ער גאָר אָפּ זײַן לעצט שטיקעלע ברויט, וואָס ער האָט אָפּגעלייגט ביז אויף דער נאַכט, ווען דאָס האַרץ וועט אַ צי טאָן צו עסן. אָט טאַקע דאָס שטיקעלע ברויט האָט ער אָפּגעגעבן דעם אַרײַנגעקומענעם.

און דאָ איז מיט אַ מאָל עפּעס ווי פֿון ערגעץ אַרײַנגעקומען פּאָליע אָליעווסקע, די סאָלדאַטישע אַלמנה פֿון דעם וווּנדערלעכן דיכטער בוזי אָליעווסקי, און האָט פֿריילעך אויסגעשריגן: "ראַבטשיקל! זעט נאָר ראַבטשיקל איז געקומען! האָסט שוין הײַנט עפּעס געגעסן? קום, איך פֿאָר אַהיים קיין כאָלשעווע, קום צו אונדז!"

אָט דער נאָמען "ראַבטשיקל" האָט מיך דערמאָנט זייער אַ סך, און אין מײַן זכּרון האָבן אויפֿגעלעבט דערמאָנונגען פֿון צוריק מיט יאָרן — אין פֿאַרלאַג "עמעס". איך בין ניט לאַנג אָנגעקומען אַרבעטן — דאָס איז געווען אין די דרײַסיקער יאָרן. פֿאַרענדיקט דעם אַרבעטסטאָג, האָב איך שוין געדאַרפֿט גיין אַהיים, נאָר איך זע, אַז אין פֿאַרלאַג איז עפּעס אַ גאַנצער יום־טובֿ — מע האָט אויסגעשפּרייט אין טונקעלן קאָרידאָר פּליסענע סטעזשקעס, זייער שיינע. איך געדענק, ווי הײַנט: זיי זײַנען געווען רויטע און בײַ די זײַטן בלויע קאַנטן. פֿאַר יענער צײַט האָט עס געטויגט נאָר צוליב אַ גרויסן יום־טובֿ. דאָס זעלבע — די ליכטיקע אָנגעצונדענע לעמפּ. איין פֿרוי האָט געטראָגן אַ סטאָס טעלער, אַ צווייטע — וווּרשט און ברויט אין אַ טיפֿן קויש. אַוועקגעטראָגן האָט מען דאָס אַלצדינג אין דעם גרויסן צימער, וווּ עס איז געשטאַנען אַ ביליאַרד, און זייער אָפֿט פֿלעגן דאָרט די שרײַבער פֿאַרברענגען בײַ דער שפּיל. איך האָב געכאַפּט אַ קוק אין גרויסן צימער. דער ביליאַרד איז אָפּגערוקט געוואָרן צו דער וואַנט, און אין מיטן זײַנען געשטאַנען לאַנגע טישן געדעקט מיט ווײַסע טישטעכער, און אויף די טישן זײַנען געשטאַנען אַ סך פֿלעשער ווײַן, טעלער מיט געבעקס. קיין מענטשן זײַנען נאָך דאָרט ניט געווען בײַ די טישן.

אין רעדאַקציע איז אַ טומל, וואָס עס מאַכן אָן צוויי מענטשן. זיי לויפֿן אַרום זייער געשווינד — איינער אַ דאַרינקער, אַ פֿלינקער. ער לויפֿט פֿון איין צימער אין צווייטן, קלאַפּט מיט די טירן, עפֿענענדיק זיי און פֿאַרמאַכנדיק, ממש אַ ווינט טראָגט זיך פֿון זײַן לויפֿן. מיטן אויג האָב איך גאָרניט געקאָנט כאַפּן, אין וועלכן צימער איז ער אַרײַן און פֿון וועלכן אַרויס. און פּונקט פֿאַרקערט, דער אַנדערער גייט זייער פּאַמעלעך, אַ ביסעלע קאַטשענדיק זיך. דאָס איז דער קריטיקער שמואל קליטעניק.

דעם דאַרינקן יונגערמאַנטשיק האָב איך ניט געקענט. אָט אַזוי לויפֿנדיק איבער די צימערן און איבערן קאָרידאָר, ווי אַ וויכער, האָט ער מיר אָנגעטראָטן אויף אַ פֿוס, און מיר האָבן זיך מיט אים אַזוי ווי צעבוצקעט. ער האָט זיך ניט אַנטשולדיקט, נאָר געזאָגט, און ניט פּשוט געזאָגט, נאָר אויסגעשריגן:

— מיר פֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן!

(המשך אין קומענדיקן נומער)