רעצעפּטן

איר זוכט אַן אינטערעסאַנטע אַקטי­ווי­טעט פֿאַר די אייניקלעך? העלפֿט זיי מאַכן די געשמאַקע קײַלעכלעך. אַ סך מעלות האָט עס: מע דאַרף עס נישט קאָכן; ס׳איז אַ געזונטער צובײַסן, ווײַל סטאַש­קע שמיר (peanut butter) גיט צו פּראָטעיִן, און מילעך — קאַלציום און ווי­טאַמען "דע"; און די קינדער וועלן זיכער הנאה האָבן פֿון איבערקײַקלען די קײַלעכלעך אין זייערע פֿלינקע הענטעלעך.