פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אוקראַיִנע און רוסלאַנד זײַנען פֿאַר מיר ניט קיין טעאָרעטישע באַגריפֿן. איך בין געבוירן געוואָרן און אויסגעוואַקסן אין אוקראַיִנע און שפּעטער האָב איך געלעבט יאָרנלאַנג אין רוסלאַנד. כ׳קען ביידע שפּראַכן, האָב אַ נישקשהדיקן באַגריף פֿון דער געשיכטע און קולטור פֿון ביידע מדינות. מיט אַזאַ הינטערגרונט בין איך זיכער, אַז צווישן זייער אַ גרויסן טייל אוקראַיִנער און רוסן איז דער אונטערשייד ניט גרעסער ווי צווישן אַ ניו-יאָרקער און אַ מאַיאַמי-ביטשער.