- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איך ווייס ניט, צי הײַיאָר וועט מען אָפּמערקן (איך האָף אַז כ׳וועל ניט פֿאַרגעסן און וועגן דעם שרײַבן בײַצײַטנס, סוף זומער) דעם יובֿל פֿון דעם ייִדישן קולטור-קאָנגרעס, וואָס איז צונויפֿגערופֿן געוואָרן אין 1937 אין פּאַריז. ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז מע וועט וועגן דער דאָזיקער וויכטיקער געשעעניש מאַכן אַ שווײַג, אַפֿילו אין פּאַריז. די צונויפֿקומעניש האָט דאָך "געשמעקט" מיט סימפּאַטיעס, הייסע צי זייער פֿאָרזיכטיקע, צום סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, און די הײַנטיקע ייִדישע וועלט, קולטורעלע בתוכם, רוקט זיך אַלץ רעכטער און רעכטער. מיט עטלעכע טעג צוריק האָב איך געשמועסט מיט אַ יונגן ייִדישן ליטעראַטור-היסטאָריקער, וועלכער האָט זיך געקלאָגט, אַז אַפֿילו אין זײַן געביט איז געוואָרן שווער אויסצוגעפֿינען אַ פּאַרעווע, ניט קיין פּאַראַנאָיִש רעכטע, צײַטשריפֿט. וואָס ווילט איר נאָך, אויב אַ באַקאַנטער זשורנאַליסט האָט מיר מיט אַ צײַט צוריק ערנסט געזאָגט, אַז דער ענגלישער "פֿאָרווערטס" געפֿינט זיך הײַנט אין די הענט פֿון קאָמוניסטן. "קאָמוניסטיש" איז דער ייִדישער "פֿאָרווערטס" געווען אין די אויגן פֿון סאַטמאַרער אידעאָלאָגן, וועלכע האָבן געפֿירט מלחמה קעגן דער צײַטונג אין די 1960ער יאָרן. (איך האָב וועגן אָט דער ייִדישער מלחמה לעצטנס געשריבן.) אין דער אמתן, האָט דער "פֿאָרווערטס" בויקאָטירט דעם פּאַריזער קאָנגרעס, טאַקע צוליב זײַן פּראָ-סאָוועטישקייט. |