זכרונות

יודל מאַרק

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)


ווײַטער איז געווען עמעצער וואָס האָט געהייסן העשל. ביז הײַנטיקן טאָג איז מיר ניט קלאָר, צי דער העשל איז געווען אַ ברודער פֿון משה און פֿון מענדלען, אָדער אפֿשר איז דער העשל געווען אַ זון פֿון מענדלען. נאָר זײַן סוף ווייס איך. דאָס איז געווען אין די ערשטע יאָרן; איידער מע פֿלעגט גנבֿענען די גרענעץ אויף דער יבשה, האָט מען געמיינט, אַז ס׳איז גרינגער צו גנבֿענען אַלצדינג מיטן ים. מע זעצט זיך אַרײַן אין מעמל אָדער לעבן מעמל אין אַ שיפֿל, און מע פֿאָרט מיטן שיפֿל צו ביז פּאַלאָנגע, וואָס איז אין גאַנצן אַ 20 קילאָמעטער. אָבער די געפֿאַר איז געווען אַ סך גרעסער. עס פֿלעגן פֿאָרן שיפֿן מיט זשאַנדאַרמעריע, האָבן זיי געקענט עס דערזען, און הייסן זיך אָפּשטעלן אַזאַ שיפֿל וואָס איז געווען אין פֿאַרדאַכט, אַז ניט קיין פֿישערס פֿאָרן, נאָר אַז עס פֿאָרן קאָנטראַבאַנדיסטן. און אויב מע פֿלעגט אַזאַ שיפֿל כאַפּן, האָט מען, פֿאַרשטייט זיך, אַלץ קאָנפֿיסקירן, און מע פֿלעגט אַוועקזעצן אין תּפֿיסה די קאָנטראַבאַנדיסטן. אויב דאָס שיפֿל פֿלעגט זיך ניט אָפּשטעלן, פֿלעגט מען פּשוט שיסן אויף אַזאַ שיפֿל. איז אין דער צײַט, ווען מען איז געפֿאָרן אויף שיפֿלעך — און איך מיין, אַז דאָס האָט געמוזט זײַן מענדלס אַ ברודער — האָט מען געשאָסן און מע האָט איינעם דערשאָסן; דערהרגעט אויף טויט. דאָס איז געווען דער העשל, וואָס איז געפֿאַלן אַ קרבן פֿון דעם קאָנטראָבאַנדיסטישן געשעפֿט. נאָך זײַן טויט האָט מען אויפֿגעהערט די גאַנצע אַרבעט צו פֿאָרן מיט שיפֿלעך און מען איז אַריבער גנבֿענען די גרענעץ אויף דער יבשה ערגעץ וווּ: לעבן ים, ווײַטער פֿון ים, אין אַ וואַלד.