זכרונות

יודל מאַרק

(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)

דאָס ווערן אַ פֿאָלקיסט

פֿון אַלע זײַטן אָרעמקייט: כּמעט באָרוועסע קינדער, פֿאַרשמוציקטע קינדער. און עס האָט מיך געצויגן אַהין. נאָכן גיין דאָס ערשטע מאָל פֿלעג איך וועלן גיין דאָס צווייטע מאָל און דאָס דריטע מאָל. און ביסלעכווײַז, אין דעם דאָזיקן פּראָצעס פֿון גיין, בין איך געוואָרן אַ פֿאָלקיסט. און די ווירקונג איז געווען פֿריִער פֿון אַלץ פֿון רוסישער ליטעראַטור, ניט פֿון ייִדישע פֿאָלקיסטישע געדאַנקען וואָס זײַנען דעמאָלט געווען.
[איך פֿלעג טראַכטן]: וואָס בין איך? אַ ציוניסט. איך האָב אָנגעהויבן אין אַ קרײַזל פֿון די גימנאַזיסטן, אַ ציוניסטישן קרײַז. דאָס דאָזיקע קרײַזל פֿלעגט איין מאָל אַ וואָך זיך צונויפֿקומען, אָדער איין מאָל אין צוויי וואָכן. מע פֿלעגט האַלטן רעפֿעראַטן, מע פֿלעגט זיך אַרומקריגן אַרום די פֿאַרשיידענע [מיינונגען]. (ס׳איז אַלע מאָל געווען אַרום ציוניסטישע ענינים שטענדיקע מיינונג־פֿאַרשיידנהייטן). וואָס טוען זיי? אַלצדינג וואָס מיר ריידן — מיר אַלץ קינדער פֿון רײַכע היימען — האָט דאָך ניט קיין שײַכות צו דעם לעבן. מען קען דאָך נישט וואַרטן ביז וואַנען ייִדן וועלן וווינען אין ארץ־ישׂראל, יעדער אונטער זײַן פֿײַגנבוים און יעדער אין זײַן ווײַנגאָרטן. מע דאַרף דאָך די מענטשן העלפֿן שוין! און מע דאַרף ניט קומען און זאָגן "פֿאָרט קיין ארץ־ישׂראל" — מע דאַרף זיי שוין העלפֿן.
און עס האָט גענומען אויך אויסטראַכטן זיך אַזאַ געדאַנק: גוט, ס׳זײַנען דאָ אַזעלכע שיינע געדאַנקען ווי סאָציאַליזם (דאָס וואָרט קאָמוניזם [האָט מען ניט געניצט], כאָטש ס׳איז שוין געווען דער קאָמוניסטישער מאַניפֿעסט, און מיר האָבן געלייענט גאָר יונג דעם קאָמוניסטישן מאַניפֿעסט), און סאָציאַליזם וועט ברענגען דער וועלט גליק. אָבער זיי זײַנען דאָך הײַנט אָוונט הונגעריק, זיי גייען דאָך שלאָפֿן אפֿשר הונגעריק. איז טויג די גאַנצע זאַך נישט, מע דאַרף אַרבעטן פֿאַרן פֿאָלק, אָבער מע דאַרף אַרבעטן פֿאַר איצט און פֿאַר שוין און פֿאַר הײַנט, און מע דאַרף ניט קומען מיט פֿאַרשיידענע אוטאָפּיעס פֿון מאָרגן און איבערמאָרגן. צו 14—15 יאָר איז שוין בײַ מיר געווען אין גאַנצן פֿעסטגעשטעלט אַזאַ מין צוגאַנג.