רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אַ טייל פֿון די באַשטאַנדטיילן פֿון אַ וועגעטאַרישער יויך: (פֿון רעכטס) סעלעריע־וואָרצל, פּאָרע־ציבעלעס, מערן און פּעטרישקע
אַז איר מאַכט זופּ, איז געשמאַקער צו ניצן יויך אַנשטאָט וואַסער. אָט איז אַ רעצעפּט פֿאַר אַ פּאַרעווען גרינסן־יויך. איר דאַרפֿט נישט אָפּשיילן די גרינסן (אַחוץ דעם סעלעריע־וואָרצל), ווײַל דאָס שאָלעכץ גיט אויך צו טעם. באַלד ווי דער יויך איז פֿאַרטיק, גיסט עס אַרײַן אין 5־6 קליינע סלויען און שטעלט די סלויען אין פֿרירקע.
ווען איר גרייט זיך צו מאַכן אַ זופּ, צעטאָפּעט דעם יויך און גיט עס אַרײַן מיט די גרינסן אין טאָפּ.

2 גרויסע מערן מיט די בלעטער
1 פּעטרישקע־וואָרצל מיט די בלעטער
2 פּאָרע־ציבעלעס (leeks), אויסגעוואַשן
4 גרויסע ציבעלעס
8 ציינדלעך קנאָבל
1 לעפֿל איילבערט־בוימל
סעלעריע־וואָרצל, אָפּגעשיילט
3 קוואָרטן (2.8 ליטער) וואַסער
1 גרויס צווײַגל טימיאַן
1 גרויס צווײַגל ראָזמאַרין
1 לאָרבער־בלעטל
6 גאַנצע שוואַרצע פֿעפֿערקאָרנס