- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין נאָוועמבער איז אין אַמעריקע דורכגעפֿירט געוואָרן דער יערלעכער ביכער־יאַריד פֿון "ייִדישן בוך". די ערשטע סימפּטאָמען פֿון "אונטערבײַטן די אוצרות" פֿון ייִדישער ליטעראַטור אויף דזשויִשער האָט באַטראַכט אין זײַן נאָטיץ דער גרויסער ייִדישער פּאָעט יעקבֿ גלאַטשטיין. הײַנט ליגט אַזאַ דזשויִשיזם אינעם קולטורעלן יסוד פֿון דעם וועלטלעכן ייִדנטום אין אַמעריקע. מיר דרוקן ווײַטער (מיט קירצונגען) די נאָטיץ "ייִדישע און ׳דזשויִשדיקע׳ ביכער", אָנגעשריבן אין יאָר 1963. הײַיאָר פּראַוועט די ייִדיש-געזעלשאַפֿט פֿון האַמבורג איר 15־יאָריקן יוביליי (זען www.birnbaum-gesellschaft.org, ווי אויך איציק גאָטעסמאַנס "פֿאָרווערטס"-אַרטיקל). די אָרגאַניזאַציע, וועלכע פֿאַראייניקט דער עיקר ניט-ייִדישע ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך, איז געשאַפֿן געוואָרן אין אָקטאָבער 1995 דורך עטלעכע היגע ענטוזיאַסטן. איינע פֿון די ענטוזיאַסטן, דאָראָטעאַ גרעווע, האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדיש נאָך אין יאָר 1976, ווען זי איז געווען אַ סטודענטקע פֿון גערמאַניסטיק. דער דאָזיקער אינטערעס האָט ראַדיקאַל געביטן איר לעבן. שוין לאַנגע יאָרן איז דאָראָטעאַ באַקאַנט ווי אַ דערפֿאַרענע לערערין פֿון ייִדיש, אַ זינגערין פֿון ייִדישע לידער און אַן איבערזעצערין פֿון ייִדישע ליטעראַרישע ווערק אויף דײַטש. צווישן אירע איבערזעצונגען איז דאָס בוך "איך מוז דערציילן" (אַרויס אויף דײַטש אין 2002) פֿון דער פּעטערבורגער שרײַבערין מאַשע ראָלניקײַטע, וועלכע האָט באַזירט דאָס ווערק אויף אירע אייגענע איבערלעבונגען אין דער ווילנער געטאָ. אין 1910 איז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן דורכגעפֿירט געוואָרן אַ פֿאָלקס-ציילונג. צום ערשטן מאָל האָט מען דעמאָלט געציילט אויך די לײַט, וועמעס מוטער-שפּראַך איז געווען ייִדיש. אַ חוץ זיי, האָט די ציילונג געוויזן אויך די צאָל לײַט, וועלכע האָבן געהאַט ייִדיש-רעדנדיקע עלטערן. די אַלגעמיינע צאָל אַמעריקאַנער תּושבֿים, וואָס האָבן דעמאָלט אָנגערופֿן ייִדיש ווי זייער מוטער-שפּראַך, איז געווען 1,676,762. ייִדיש איז ניט געווען פֿרעמד אין זייער אַ סך ערטער פֿון דעם לאַנד, אָבער אין פֿיר שטאַטן איז די קאָנצענטראַציע פֿון "מאַמע-לשונדיקע" ייִדן געווען באַזונדערס הויך: ניו-יאָרק (912,693), פּענסילוואַניע (171,100), אילינוי (117,153) און מאַסאַטשוסעטס (114,190). ס׳רובֿ פֿון זיי — 1,051,767 נפֿשות — זײַנען געבוירן געוואָרן אין אויסלאַנד. "ייִדיש פֿאַר אָנפֿאַנגער" (ב) אַ נײַער חבֿר אין מיטן לערנען איז אין קלאַס אויפֿגעשטאַנען פֿון אָרט איין שילער און האָט געזאָגט צום לערער: — לערער, אין פֿענצטער קוקט אַרײַן אַ ייִנגעלע! דער לערער האָט אַ קוק געטאָן אין פֿענצטער, און אין דער זעלביקער רגע האָט זיך באַוויזן דאָס פּנים פֿונעם ייִנגל, וואָס האָט אַרײַנגעקוקט פֿון דרויסן. זייערע אויגן האָבן זיך באַגעגנט, און דעם ייִנגלס פּנים איז גלײַך פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿון פֿענצטער. נאָך דער לעקציע זײַנען די קינדער אַרויס אין הויף זיך שפּילן, און דער לערער מיט זיי. האָבן זיי ווידער דערזען דעם זעלביקן ייִנגל. איצט איז ער שוין געשטאַנען אויף דער גאַס און האָט געקוקט דורך די שפּאַלטן פֿון פּאַרקאַן. ער איז געווען אַ שוואַרץ־חנעוודיקער, מיט געקרײַזלטע האָר, נאָר אין אַלטע קליידער. דער לערער האָט זיך געלאָזט גיין צו אים — דאָס ייִנגל האָט זיך אָפּגעקערט און געוואָלט אַנטלויפֿן. דאַן האָט דער לערער צו אים געזאָגט: |