רבֿקה מאַרגאָליס

דעם פֿרילינג האָט אַ גרופּע סטודענטן פֿאַרבראַכט זעקס וואָכן אין אַן אָטאַווער ייִדישלאַנד. דער נײַער ייִדיש-קלאַס פֿאַר אָנהייבער אין דעם אָטאַווער־אוניווערסיטעט איז דאָס "ערשטע פֿייגעלע" צו לערנען זיך ייִדיש אין אַן אוניווערסיטעט דאָ, אין דער קאַנאַדער הויפּטשטאָט. דער קלאַס איז אַ טייל פֿון דער נײַ־געשאַפֿענער ייִדישער ווערעד־פּראָגראַם, וווּ מע לערנט און מע פֿאָרשט די ייִדישע קולטור, ליטעראַטור און געשיכטע פֿון קאַנאַדע.

אָטאַווע איז אַ שטעטעלע פֿון אַ 15,000 ייִדן וואָס האָט ניט קיין טיפֿע וואָרצלען אין ייִדיש. סע פֿירן זיך ייִדיש-קלאַסן און אַ טעאַטער-קרײַז בײַם דזשיי־סי־סי (JCC). אָבער עס פֿעלן די גרויסע ייִדיש־קרײַזן פֿון מאָנטרעאָל אָדער טאָראָנטאָ.


אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

פֿאַרקויפֿט האָט אין מאַרק דער שטעכלער באַלאָנען...
געפּלאַצט האָט זײַן סחורה1 און פֿאַריאָגט די בעלנים2.

פֿון באָריס סאַנדלער


אין דער וועלט אַרײַן

אין דער ייִדישער געשיכטע פֿון 20סטן יאָרהונדערט שפּילט אוגאַנדע גאָר ניט קיין נישטיקע ראָלע.

ערשטנס, איז געווען דער פּלאַן צו שאַפֿן דאָרטן אַ ייִדישע מדינה. אַזאַ פּראָיעקט האָט די ענגלישע רעגירונג פֿאָרגעלייגט אין 1903, ערבֿ דעם 6טן ציוניסטישן קאָנגרעס. דער 7טער קאָנגרעס, אין 1905, האָט עס אָפּגעוואָרפֿן, אָבער פֿון דעם אײַנפֿאַל איז אויסגעוואַקסן די טעריטאָריאַליסטישע באַוועגונג.


פֿאָרװערטס־ייִחוס
אַדאָלף העלד און די פֿירער פֿונעם אַמעריקאַנער "אָרט" אויף אַן אַלגעמיינער נאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ, ניו־יאָרק, יאַנואַר 24, 1965. (פֿונעם "פֿאָרווערטס"־אַרכיוו)

ערשטע קאָנטאַקטן

הײַנט טרעפֿן זיך זעלטן צוזאַמען די ווערטער "אָרט" און "פֿאָרווערטס". אָבער אין די 1920ער און 1930ער יאָרן האָט די סבֿיבֿה פֿון "פֿאָרווערטס" געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון "אָרט".

דער "אָרט" איז עטאַבלירט געוואָרן אין יאָר 1880. ס׳איז די עלטסטע צווישן די ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס, וואָס זײַנען געשאַפֿן געוואָרן אין מיזרח-אייראָפּע און עקזיסטירט ביז הײַנט.