פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס'איז שווער צו זאָגן, ווי אַזוי די גרוזינישע באַפֿעלקערונג באַציט זיך איצט צו דער סאַאַקאַשווילי-רעגירונג, נאָר לעצטנס האָט מען גענומען הערן אַנדערע מיינונגען, פֿון דער אָפּאָזיציע, וועלכע האָט אַ נדר געטאָן צו שווײַגן בעת דער הייסער פֿאַזע פֿונעם קאָנפֿליקט מיט רוסלאַנד. ס'איז קלאָר, אַז גאָר ניט אַלע קלײַבן נחת פֿון די פֿירער, וועלכע האָבן פֿאַרפֿירט דאָס לאַנד אין אַזאַ טעמפּן ווינקל. אָבער קיין פּרטים פֿון דער שטימונג אין דער גרוזינישער געזעלשאַפֿט זײַנען דערווײַל ניט באַוווּסט.

אַ סך מער אינפֿאָרמאַציע קומט אַרויס פֿון רוסלאַנד, וווּ גלײַך נאָך דער קאַווקאַזישער מלחמה האָט מען גענומען מעסטן די טעמפּעראַטור אין דער געזעלשאַפֿט. אינטערעסאַנט, אַז אַ היפּש ביסל רוסן האָבן, דאַכט זיך, אַפֿילו ניט פֿאַרשטאַנען, אַז זייער מדינה איז אַרײַן אין אַ תּקופֿה פֿון אַן ערנסטן ווידעראַנאַנד מיט דער מערבֿדיקער וועלט: יעדער פֿערטער רוסישער תּושבֿ האַלט, אַז די באַציִונגען האָבן זיך לחלוטין ניט פֿאַרערגערט.

דאָך, כּמעט 40 פּראָצענט, וואָס זײַנען אַ פּנים אין דעם מאָמענט פֿון אויספֿרעגן ניט געווען שיכּור, האָבן יאָ באַשטעטיקט אַ פֿאַרערגערונג פֿון די באַציִונגען און אָנגערופֿן דרײַ סיבות, וועלכע — לויט זייער מיינונג — האָבן געשאַפֿן דעם יסוד פֿאַר אַזאַ נעגאַטיוון בײַט: ערשטנס, די מלחמה מיט גרוזיע; צווייטנס, די אַנטי-רוסישע פּאָליטיק פֿון די מערבֿדיקע לענדער (באַזונדערס, די פֿאַראייניקטע שטאַטן); דריטנס, די רעאַקציע אויף דעם, וואָס רוסלאַנד "האָט זיך געשטעלט אויף די פֿיס", און דאָס האָט אַרויסגערופֿן מורא.

מער ווי אַ העלפֿט פֿון די אויסגעפֿרעגטע רוסן גלייבן, אַז זייער רעגירונג האָט אויסגעקליבן אַ גאַנץ באַלאַנסירטן קורס אין דער הײַנטיקער קריזיס-סיטואַציע און אַז רוסלאַנד וועט ניט בלײַבן אין איזאָלאַציע. אַ סבֿרא, אַז דעם עולם איז צום האַרצן צו זען דעם כּוח פֿון זייער מיליטער און פֿון זייער מלוכה בכלל. מע איז צופֿרידן, אַ פּנים, מיט דעם, וואָס די וועלט האָט ווידער דערזען, אַז רוסלאַנד איז שטאַרק, ווי פֿריִער. ס'רובֿ פֿון די אויסגעפֿרעגטע (53 פּראָצענט) דערוואַרטן ניט קיין נײַע קאַלטע מלחמה און כּמעט אַ העלפֿט (48 פּראָצענט) מיינען, אַז זייער לאַנד דאַרף אַנטוויקלען און פֿאַרפֿעסטיקן אַ גוטע, קעגנזײַטיק-ניצלעכע קאָאָפּעראַציע מיט דער מערבֿדיקער וועלט.

גלײַכצײַטיק איז קענטיק אויסגעוואַקסן די צאָל רוסן, וואָס זײַנען ניט צופֿרידן מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן. בעת אין יוני האָבן בלויז 29 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע געהאַט אַ נעגאַטיווע באַציִונג צו אַמעריקע, האָבן אין סעפּטעמבער 65 פּראָצענט געזאָגט, אַז דווקא די פֿאַראייניקטע שטאַטן רופֿן בײַ זיי אַרויס שלעכטע אַסאָציאַציעס. מיט אַנטי-אַמעריקאַניזם איז הײַנטיקע טעג דורגעזאַפּט כּמעט די גאַנצע רוסישע מעדיאַ. אייראָפּע האָט אין דעם זין אַ בעסערן אימאַזש אין די רוסישע אויגן.

בינו-לבינו, קוקט דער רוסישער עולם זיך צו צו דער אַמעריקאַנער פּרעזידענטישער וואַל-קאַמפּאַניע, ווײַל מע האַלט, אַז ס'איז וויכטיק אויך פֿאַר רוסלאַנד, ווער פֿון די קאַנדידאַטן וועט אַרײַנגיין אין "ווײַסן הויז". אויף די רחבֿותן פֿון רוסלאַנד, איז באַראַק אָבאַמאַ אַ סך מער פּאָפּולער איידער דזשאָן מאַק'קיין. דערקלערט זיך עס, דער עיקר, מיט די באַוווּסטע אַרויסזאָגונגען פֿונעם רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט, וואָס גיט אַ וואָרט צו זײַן שטרענג מיטן הויפּט-יורש פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

גאָר אַנדערש קוקט אויף דער פּרעזידענטישער קאַמפּאַניע די רוסיש-ייִדישע אימיגראַציע, בפֿרט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. הגם קיין קלאָרע סטאַטיסטיק איז ניט באַקאַנט (און איז אפֿשר ניטאָ), איז עס אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז די דאָזיקע גרופּע אימיגראַנטן, בפֿרט דער עלטערער דור, איז בדרך-כּלל געשטימט אַנטי-באַראַקיש. דאָס הייסט ניט, אָבער, אַז ס'רובֿ געוועזענע סאָוועטישע ייִדישע בירגער זײַנען געוואָרן רעפּובליקאַנער. אַדרבה, זייער אַ סך, אפֿשר אַפֿילו די מערהייט פֿון זיי, רעגיסטרירן זיך ווי דעמאָקראַטן. אָבער זיי זײַנען געווען דעמאָקראַטישע שטיצער פֿון קלינטאָן און ווילן ניט שטימען פֿאַר אָבאַמאַ.

מיט וואָס האָט זיי ניט צוגעטראָפֿן באַראַק אָבאַמאַ? כ'מיין, אַז אַזאַ באַציִונג האָט, דער עיקר, צו טאָן מיט דער סאָוועטישער פּריזמע, דורך וועלכער די אימיגראַנטן קוקן — און זייער אָפֿט וועלן קיין מאָל ניט אויפֿהערן צו קוקן — אויף די געשעענישן אין זייער נײַעם לאַנד. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, זײַנען די ייִדן געווען זייער סקעפּטיש לגבי אַלע "נאַציאָנאַלע קאַדרען". מע האָט געהאַלטן פֿאַר בעסער צו האָבן צו טאָן מיט אַ רוס, איידער מיט, אַ שטייגער, אַ ווײַסרוס, אַ מאָלדאָוואַנער צי אַן אוקראַיִנער. די רוסן האָט מען — ריכטיק צי ניט ריכטיק — אויפֿגענומען ווי אַ ווייניקער אַנטיסעמיטישע און אַ מער יושרדיקע באַפֿעלקערונג אין דער, אין תּוך אַרײַן, קאָלאָניאַלער סטרוקטור פֿון דער סאָוועטישער מלוכה.

אין שאָטן פֿון דעם "אימפּעריאַלן" רוסלאַנד האָט מען געזוכט אַ מיקלט פֿון דער נאַציאָנאַליסטישער חמימה, וועלכע מע האָט באַזונדערס שאַרף געפֿילט אין די נאַציאָנאַלע רעפּובליקן, מצד די היגע, "נאַציאָנאַלע קאַדרען". אין מאָסקווע האָט זיך אַ ייִד געפֿילט בדרך-כּלל בעסער ווי אין, אַ שטייגער, קיִעוו, מינסק צי טאַשקענט. איך חזר איבער נאָך אַ מאָל, אַז מיר זײַנען ניט באַקאַנט קיין פֿאָרשונגען, וואָס זאָלן ווײַזן דעם אידעאָלאָגישן פּרצוף פֿון דער רוסיש-ייִדישער אימיגראַציע, אָבער כ'וואָלט זיך גאָר ניט געחידושט, אויב אַזאַ פֿאָרשונג וואָלט אַנטפּלעקט, אַז די אַנטי-באַראַקישע שטימונגען זײַנען שטאַרקער צווישן די אימיגראַנטן פֿון ניט-רוסישע טיילן פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

מיר שײַנט, אַז די פּראָיעקטירונג פֿון סאָוועטישע (אין תּוך אַרײַן, ניט-רעלעוואַנטע) קאָלאָניאַלע מאָדעלן אויף דער איצטיקער אַמעריקאַנער רעאַלקייט פֿאָרמירט די וועלט-באַנעמונג פֿון דער רוסיש-ייִדישער אימיגראַציע. ס'איז וויכטיק אויך, אַז אַ סך מענטשן בלײַבן לינגוויסטיש און קולטורעל אָפּהענגיק פֿון דער רוסישער מעדיאַ. גלײַכצײַטיק, האָבן זיי פֿײַנט די רוסישע פּאָליטישע סיסטעם און ווילן ניט, חס-וחלילה, זיך אידענטיפֿיצירן מיט איר. פֿירן זיי זיך אויף ווי צולהכעיסניקעס. דערפֿאַר טאַקע טאָמער אָבאַמאַ איז ליב די רוסן, מיינט עס אַז אַ לײַטישער ייִד טאָר ניט פּשוט זײַן מיט די רוסן גלײַך.

שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אַ סך רוסיש-ייִדישע אימיגראַנטן וווינען אין ניו-יאָרק, וווּ קלינטאָן איז אַן אייגענע. זי האָט אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס צו די סאָציאַלע פּראָבלעמען פֿון די רוסיש-רעדנדיקע ניו-יאָרקער. אָבאַמאַ בלײַבט פֿאַר זיי אַ רעטעניש. ער איז אַ פֿרעמדער. זײַן ווײַב שרעקט זיי. זײַן ווייכערע פּראָגראַם פֿאַר אינטערנאַציאָנאַלע באַציִונגען נעמען זיי אויף ווי סתּם שוואַכקייט אָדער ווי אַ סימן פֿון געפֿערלעכע, אפֿשר אַפֿילו אַנטיסעמיטישע כּוונות.

און מאַק'קיין זעט אויס ווי אַ נאַשבראַט, ווי אַ סאָוועטישער פּאָלקאָווניק, וואָס צעטיילט די וועלט זייער קלאָר — אויף גוטע און שלעכטע. איר פֿאַרשטייט שוין אַליין, פֿאַר וועמען אָט די מענטשן וועלן שטימען, אויב זיי דאַרפֿן אויסקלײַבן צווישן אַ "פּאָלקאָווניק" און אַ "נאַציאָנאַלן קאַדער".

Idn, rusn un Obama

Dos iz var az idn hobn di rusn meer lib in farglaich mit di ukrainer oder litviner. Durch di geshichte hobn di rusn un di idn gelebt tzuzamn nisht azoi shlecht, obvol es zainen geven a sach sonei isroel tzvishn di rusn oich vi Purishkevich, Stolipin un der Farain fun dem Rusishen Folk. Ober der durchshnitlicher ruse funm dorf hot nisht azoi fil has kegen di idn vi a durchshnitlicher ukrainer, litviner oder moldavaner. Di rusn zainen oich dos eintzige folk vos hot gegebn idn zeier eigen land, Birobidzhan.
Vos batreft Obama, di rusishe idn in Amerike hobn im nisht lib vail er hot a sach fraint vi Wright, Ayers un Farrakhan vos hasn idn un Amerike. In tzugab, Obama in fargangenheit hot untershtitzt di palestinenzer un hot gegebn zei gelt.