פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך האָב זיך עפּעס פֿאַרפּלאָנטערט מיט דער עקאָנאָמיע: מע קען ניט געפֿינען קיין קלאָרע דערקלערונג פֿון דעם קריזיס, וואָס האָט — ניט אויף קאַטאָוועס — אַרומגעכאַפּט אַמעריקע און די גאַנצע וועלט. נאָך מער, מע שרײַבט, אַז עס זײַנען דאָ "פֿאַרשיידענע" מיינונגען וועגן די סיבות פֿון אָט די קרעדיט-אויסשעפּענישן און בענק-פּלאַצענישן. דאָס קלינגט מאָדנע, ווײַל יאָרנלאַנג האָט מען געהאַלטן אין איין רעדן און שרײַבן וועגן דעם, אַז אָט-אָט וועט קומען אַ סוף דער מזל-ברכהדיקער תּקופֿה פֿון וואַקסנדיקע פּרײַזן אויף הײַזער און דירות. אָבער ווען דער דאָזיקער סוף איז טאַקע געקומען, האָט מען עס אויפֿגענומען ווי אַ מין פּלוצעמדיקן הוראַגאַן.

כ'בין ניט קיין עקאָנאָמיסט, אָבער מיר האָט זיך תּמיד געדאַכט און געגלייבט, אַז די וועלט איז היפּש באַפֿעלקערט דורך ריכטיקע, הויך-קוואַליפֿיצירטע עקאָנאָמיסטן, וועלכע לערנען זייער מלאָכה ווי אַן ערנסטע וויסנשאַפֿט. פֿרעגט זיך, וואָס נאָך לערנען זיי דאָרטן, אין אוניווערסיטעט, אויף די משוגע-טײַערע פּראָגראַמען? ווי זשע דען קען מען דערקלערן, אַז זיי, באַוואָפֿנט מיט קאָמפּיוטעריזירטע מאָדעלן און, בכלל, מיט אַזאַ טײַערער קענטעניש, קענען נאָר אויפֿטרעטן ווי בעלי-בכי און נאָך אַלץ ניט האָבן קיין קלאָרן דיאַגנאָז פֿון דעם איצטיקן מצבֿ?! אמת, ווער קען גאַראַנטירן, אַז די פּאָליטישע פּני וועלן זיך צוהערן צו די פּאָליטיש-עקאָנאָמישע טעאָריעס.

אייניקע זאַכן זײַנען, אָבער, יאָ קלאָר. קודם-כּל, האָט מען, דאַכט זיך, ניט קיין ספֿקות, אַז די איצטיקע עקאָנאָמישע אָנשיקעניש שטאַמט, דער עיקר, פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. עס שטאַמט פֿון אַמעריקע ניט נאָר געאָגראַפֿיש, אָבער אויך אידעאָלאָגיש — פֿון דעם כּמו-רעליגיעזן גלויבן, אַז קאַפּיטאַליזם אַרבעט בעסער, ווען מע רעגולירט אים וואָס ווייניקער. דער דאָזיקער געדאַנק איז ממש אײַנגעמויערט אין דעם אַמעריקאַנער — בפֿרט רעפּובליקאַנער — פֿונדאַמענט.

דעריבער איז אַזוי דראַמאַטיש דער עצם באַשלוס צו (פֿאַקטיש) נאַציאָנאַליזירן אַ צאָל אַמעריקאַנער פֿינאַנץ-קאָמפּאַניעס, וועלכע וואָלטן אַנדערש, אָן באַקומען ביליאָנען דאָלאַרן פֿון דעם מלוכישע ערבֿות-געלט, פּשוט אונטערגעגאַנגען און אַ שלעפּ געטאָן נאָך זיך אַנדערע בענק, פֿאַרזיכערונג-אינסטיטוציעס וכ'. דער דאָזיקער קער אין דער אַמעריקאַנער פֿינאַנץ-פּאָליטיק איז דראַמאַטיש ניט נאָר ווײַל קיינער ווייסט נאָך ניט, וואָס פֿון דער אַרײַנמישונג וועט אַרויסקומען, אָבער עס מיינט אויך, אין תּוך אַרײַן, אַן אָנערקענונג פֿון אַ מפּלה אין דעם טעאָרעטישן און פּראַקטישן צוגאַנג צום פֿירן די באַלעבאַטישקייט.

לויט דער "ניו-יאָרק טײַמס" (זונטיק, דעם 21סטן סעפּטעמבער), גייט די רייד וועגן "דער גרעסטער אין דער גאַנצער מאָדערנער תּקופֿה פֿון אַן עקאָנאָמישער ראַטיר-אָפּעראַציע פֿון אַ רעגירונג. די הוצאָות אויף אָט דער אָפּעראַציע קענען זײַן גרעסער פֿון די הוצאָות אויף דער מלחמה אין איראַק. דאָס קען אויף אַ סך יאָר פֿאָרויס בײַטן די ראָלע פֿון וואַשינגטאָן אין עקאָנאָמישע ענינים."

אין דער טעאָריע און פּראַקטיק פֿון אַ מינימאַל-רעגולירטער עקאָנאָמיע איז דאָ אַ וויכטיקער פּגם, וואָס האָט אַ שײַכות צו דעם וואָס מענטשן געפֿינען זיך אין יעדער עקאָנאָמיע אין גאָר ניט גלײַכע באַדינגונגען. די רייד גייט דאָ ניט סתּם וועגן רײַכקייט און אָרעמקייט. כ'מיין דעם פֿאַקט, וואָס ניט יעדער בשׂר-ודם קען פֿאַרשטיין ווי עס דאַרף צו זײַן אַלע פּרטים פֿון די פֿינאַנציעלע אָפּעראַציעס, אין וועלכע ער באַטייליקט זיך. ניט אַלע זײַנען בכּוח צו פֿאַרטײַטשן די "קליינע אותיות" אין די לאַנגע פּאַפּירן, אונטערגעשריבן, אַ שטייגער, בײַם באַקומען די הלוואה-פּאַפּירן, דער תּרגום-לשון, וועלכער באַשטימט אויף לאַנגע יאָרן די סטראַטעגיע און טאַקטיק פֿון אַ יחידס צי אַ משפּחהס-לעבן. ס'איז דאָך באַוווּסט, למשל, אַז די "צוקערקע" פֿון צאָלן אַ קלענערן פּראָצענט אין די ערשטע עטלעכע יאָר פֿון דער הלוואה האָט פֿאַרפֿירט מיליאָנען לײַט און היפּש בײַגעטראָגן אין דעם קריזיס.

כ'בין אפֿשר אַ נאַיִווער מענטש, אָבער מיר שײַנט, אַז די רעגירונג מוז טאָן אַלץ וואָס זי קען, כּדי פֿאַרזיכערן די פֿולע קלאָרקייט פֿון די "קליינע אותיות". דאָס איז תּמיד נייטיק, אָבער ס'איז באַזונדערס וויכטיק אין אונדזערע צײַטן, ווען עס ווערט אַלץ קאָמפּליצירטער די "סחורה", וועלכע עס פֿאַרקויפֿן די פֿינאַנציעלע אינסטיטוציעס. אין אַ פּאַסטקע פֿאַלן דאָך אַרײַן ניט נאָר ווייניק-געבילדעטע לײַט, וועלכע ווייסן ניט, אַז צוויי און צוויי איז בדרך-כּלל פֿיר. עס פּאַקן זיך אַרײַן אויך מענטשן, וועמען מע האָט פּשוט ניט דערקלערט די סכּנה פֿון נעמען אויף זיך די אָדער יענע התחײַבֿות.

מלוכישע אַגענצן זײַנען מחויבֿ אַזעלכע פֿראַגן שטרענג רעגולירן און קאָנטראָלירן ניט בלויז צוליב די "נאַראָנים" צי "הייסע קעפּ", וואָס קויפֿן ריזיקאַלע פֿינאַנץ-פּראָדוקטן. מע מוז עס אומבאַדינגט טאָן אויך (און דער עיקר) צוליב דער גאַנצער מלוכה-עקאָנאָמיע — זי זאָל זיך ניט פֿאַרוואַנדלען אין אַ קוים-באַלאַנסירנדיקן פּיראַמיד.

דאָך, איז דער הימל ניט בײַ דער ערד. אַזוי אָדער אַנדערש וועט די לאַגע זיך פֿאַרבעסערן, כאָטש אייניקע יחידים (ס'רובֿ אומשולדיקע), אינסטיטוציעס און אַפֿילו מדינות וועלן פֿון דעם קריזיס אַרויסגיין אָפּגעשוואַכטע. מע וועט עס אַנאַליזירן אין כּמה-וכּמה ביכער, אָבער דאָס וועט סײַ ווי סײַ ניט פֿאַרטיידיקן די עקאָנאָמיע פֿון אַ נײַעם קריזיס, וועלכער וועט ווידער קומען ווי אַ הוראַגאַן.

דער גאַנצער טומל האָט, פֿאַרשטייט זיך, אַ סך צו טאָן מיט פּאָליטיק, בפֿרט איצט, ערבֿ די וואַלן. מע הערט זייער אָפֿט, אַז דער קריזיס איז כּלומרשט אַ באַווײַז פֿון דער נייטיקייט צו האָבן אַ שטאַרקע האַנט בײַם מלוכישן רודער און אַז דער רעפּובליקאַנער פּרעזידענטישער טאַנדעם איז אין דעם זין מער פֿאַרלאָזלעך. איך ווייס ניט ווי עס קלינגט פֿאַר אײַך, אָבער מיר דאַכט זיך, אַז ס'איז אַ מאָדנע קריטעריע פֿון אויסצוקלײַבן די פֿירער פֿון אַ דעמאָקראַטיש לאַנד.