פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די וואָס האָבן געהאַט די זכיה צו זײַן אין דעם פֿלעמישן טייל פֿון בעלגיע און באַזוכן אַנטווערפּען, געדענקען אַוודאי די געגנט, לעבן דער צענטראַלער אײַזנבאַן-סטאַנציע, וווּ עס האָבן זיך איינס צום אַנדערן צוגעטוליעט קרעמלעך מיט סחורה מער אָדער ווייניקער די זעלבע — בריליאַנטן. כ׳געדענק, אַז איך האָב געקוקט אויף דעם און ניט געקענט פֿאַרשטיין, אויף וועמען די אַלע געשעפֿטן זײַנען אויסגערעכנט געוואָרן. אָבער איך בין ניט קיין מבֿין אויף אַזעלכע זאַכן.

דער עולם, וואָס ווערט טראַדיציאָנעל אַסאָציִיִרט מיט דעם אַמסטערדאַמער דימענטן-געשעפֿט, איז אַ חסידישער, אַ ייִדיש-רעדנדיקער. אַ קינעמאַטאָגראַפֿישן אַרײַנבליק אין אָט דער סבֿיבֿה האָט מיט אַ יאָרצענדליק צוריק געמאַכט דער האָלענדיש-בעלגיש-אַמעריקאַנער פֿילם "איבערגעלאָזטער באַגאַזש" (Left Luggage), מיט איזאַבעלאַ ראָסעליני ווי אַ ייִדישע מאַמע. מע הערט אין דעם פֿילם אַ ביסל ייִדיש, אַן ערך אַזוי ווי מע הערט פּענסילוואַניש דײַטש אין "עדות", דעם פֿילם מכּוח די אַמישעס.

אין אַנטווערפּען, ווי אויך אין אַמסטערדאַם, האָט זיך די געשיכטע פֿון באַאַרבעטן דימענטן און האַנדלען מיט זיי אָנגעהויבן נאָך אין 15טן יאָרהונדערט. אין 19טן יאָרהונדערט האָט אַמסטערדאַם איבערגעיאָגט אַנטווערפּען און איז געוואָרן די "הויפּטשטאָט" פֿון דער דימענטן-אינדוסטריע. אָבער נאָכן חורבן האָט דווקא אַנטווערפּען צוגעצויגן מער שארית-הפּליטה און איז געוואָרן אַ צענטער פֿון חרדישן לעבן. לאָנדאָן איז געווען דאָס אָרט, וווּ עס האָבן זיך געראַטעוועט אייניקע ייִדן, וועלכע האָבן זיך שפּעטער באַזעצט אין בעלגיע. די קאָנטאַקטן, משפּחהדיקע בתוכם, זײַנען ביזן הײַנטיקן טאָג פֿאַרבליבן זייער נאָענטע צווישן די חרדים אין בעלגיע און ענגלאַנד.

אַרום צוויי טויזנט חסידישע משפּחות וווינען איצט אין אַנטווערפּען. די ווײַבער באַשעפֿטיקן זיך מיט דער באַלעבאַטישקייט, בפֿרט נאָך, אַז אַזאַ משפּחה איז דורכשניטלעך באַגליקט מיט נײַן קינדער. די פּרנסה פֿון די מענער איז בדרך-כּלל אָפּהענגיק פֿון דימענטן. אַזוי פֿירט זיך שוין לאַנגע יאָרן. אָבער די לעצטע פּאָר יאָרצענדליק לעבט איבער דער ייִשובֿ שווערע צײַטן. הײַנט פֿילט מען עס באַזונדערס שטאַרק, ווײַל יעדער צווייטער בעל-משפּחה האָט ניט קיין אַרבעט. די סיבה איז אַ פּשוטע און גאָר ניט קיין אוניקאַלע, דהײַנו: ס׳איז געוואָרן ביליקער צו באַאַרבעטן בריליאַנטן ערגעץ אין אינדיע, כינע, קאָרעע צי אַפֿריקע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע — די לאַזערס, וועלכע נעמען אָפּ די אַרבעט בײַם באַאַרבעטן די דימענטן.

באַזונדערס אַגרעסיוו האָט זיך אין דער דימענטן-אינדוסטריע אַרײַנגעמישט אינדיע. פֿאַר דער זעלבער אַרבעט, צאָלט מען אין אינדיע בערך 10 פּראָצענט פֿון דעם, וואָס מע באַקומען אין אַנטווערפּען. הגם אַנטווערפּען בלײַבט באַקאַנט ווי דאָס אָרט, וווּ עס אַרבעטן זייער גוטע מײַסטערס, מאַכט מען די טאַנדעט-אַרבעט אַלץ מער אין אינדיע. אויב אין יאָר 1966 האָט אינדיע עקספּאָרטירט איידלשטיינער (דער עיקר דימענטן) אויף אַ באַשיידענער סומע פֿון 25 מיליאָן דאָלאַר, האָט דער דאָזיקער עקספּאָרט שוין דערגרייכט 14 ביליאָן דאָלאַר אין יאָר 2004. אין דער דאָזיקער אינדוסטריע זײַנען איצט אין אינדיע באַשעפֿטיקט אַריבער 800,000 נפֿשות.

אין אינדיע איז אויך אַנטוויקלט געוואָרן אַ נײַער צוגאַנג צום סאָרטירן די דימענטן. פֿריִער פֿלעגט מען נאָר אַ פֿערטל פֿון די דימענטן אָפּקלײַבן פֿאַר באַאַרבעטן און שפּעטער אַרײַנשטעלן אין צירונגען. די איבעריקע האָט מען אויסגענוצט אין כּלערליי מכשירים. אין אינדיע האָט מען אַנטוויקלט אַ נײַע מין פֿאָרעם פֿון צירונגען, אין וועלכער דעם עפֿעקט דערגרייכט מען דורך קאָמבינירן די קליינטשיקע בריליאַנטן. אַזאַ פּראָדוקציע איז ביליקער און ציט צו קונים פֿון מיטלקלאַס. אַ נײַער, באַזונדערער סאָרט פֿון אַזעלכע צירונגען טראָגט דעם נאָמען פֿון דער פּאָפּולערער אַקטריסע אײַשוואַריאַ רײַ, וואָס האָט בשעתּה געוווּנען די קרוין פֿון דער שענסטער פֿרוי אין דער גאָרער וועלט.

די נײַע ראָלע פֿון אינדיע פֿילט זיך אויך אין אַנטווערפּען גופֿא. זינט די 1970ער יאָרן, האָבן זיך אין דער שטאָט באַזעצט אַלץ מער אינדיער, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיטן דימענטן-מיסחר. איצט וווינען דאָרטן שוין עטלעכע הונדערט אינדישע משפּחות, וואָס זײַנען פֿאַרבונדן דורך משפּחה-קאָנטאַקטן אי צווישן זיך, אי מיט זייערע שותּפֿים, וואָס זײַנען טעטיק אין פֿאַרשיידענע ווינקלען פֿון דער וועלט.

אַזוי צי אַזוי, אָבער די אַרבעט פֿון באַאַרבעטן דימענטן גייט אַוועק פֿונעם ייִדישן אַנטווערפּען. דאָס מיינט, אַז אַ היפּשער טייל אַנטווערפּענער חסידים מוזן זוכן פֿון וואָס צו ציִען די חיונה. אַ נײַע מלאָכה קען אויך פֿאָדערן אַ שינוי אין זייער לעבן, ווײַל אַ גוטע אַרבעט איז שווער צו געפֿינען, אויב דער מענטש האָט ניט קיין פּראָפֿעסיאָנעלע בילדונג. דער דימענטן-געשעפֿט האָט דאָך דערלויבט צו פֿירן אַ לעבן אין אַ רעלאַטיוו אויטאָנאָמער עקאָנאָמיע, אין וועלכער די מלאָכה האָט מען איבערגעגעבן פֿון דור צו דור. די טראַדיציאָנעלע משפּחות האָבן ניט געוואָלט געבן זייערע קינדער אַ גוטע אויסשולונג, ווײַל מע האָט מורא געהאַט, אַז דאָס וועט זיי פֿאַרפֿירן אויף "קרומע וועגן".

אָבער דאָס לעבן ברענגט אַרײַן נײַע נטיות. שוין איצט זײַנען דאָ יונגע לײַט, וועלכע האָבן זיך אויסגעלערנט אין די אוניווערסיטעטן. אָבער דאָס מיינט אויך, געוויינטלעך, אַז אָט די מענטשן רײַסן זיך אָפּ פֿון דעם ריין-חרדישן שטייגער. די פּעסימיסטן האַלטן, אַז די דאָזיקע טענדענץ וועט אונטעררײַסן די קהילה; אַנדערע זײַנען מער אָפּטימיסטיש. זיי טענהן, אַז די חרדים וועלן זיך געבן אַן עצה דורך איבערקוואַליפֿיצירן זיך, אָבער ניט פֿאַרלירן זייער נוסח פֿון ייִדישקייט.