נישטאָ קיין נײַעס אונטער דער זון; ישׂראל און דער מיטעלער מיזרח קענען שוין הײַנט קיינעם מיט גאָרנישט איבערראַשן, און די וועלט קען אויך מיט גאָרנישט איבערראַשן ישׂראל. ווי זאָגן די פֿראַנצויזן? "דעזשאַ וווּ" — דעם פֿילם האָבן מיר שוין געזען. מיר קענען דאָס שוין פֿון פֿריִער. אַלץ וואָס עס געשעט בײַ אונדז די טעג אין דער מלחמה אין עזה־פּאַס, געשעט אין לאַנד שוין נישט צום ערשטן מאָל, נאָר מיר האָבן שוין פֿאַרגעסן דעם ביטערן טעם פֿון דעם פֿריִער געשעענעם און זײַנע פֿאָלגן.
נאָר מיט יעדער איבערחזרונג ווערט די מלחמה אינטענסיווער, שטאַרקער — און איצט איז די דאָזיקע איבערחזרונג, די נײַע סעריאַלע מלחמה, געקומען מיט אַ פֿילפֿאַכיק שטאַרקערער קראַפֿט.
און כאָטש מען האָט זי שוין פֿון לאַנג דערוואַרט, מען האָט זי שוין פֿון לאַנג אַפֿילו געהאַט אָנגעזאָגט און מען האָט געוווּסט, אַז זי דאַרף קומען — האָט מען אין דער לאַנגער דערוואַרטונג שוין אויפֿגעהערט צו דערוואַרטן, און ווען עס איז צום סוף געקומען, איז עס געוואָרן אַן איבערראַשונג...
דאָס איז דער זין און די טבֿע פֿון דעם אָן אויפֿהער ברויזנדיקן מיטעלן מיזרח, דאָס איז דער פּערמאַנענטער מצבֿ פֿון דעם פּאָליטישן וווּלקאַן, אויף וועלכן עס זיצט מדינת־ישׂראל און וווּ די פֿײַער־לאַווע רײַסט זיך אַרויס יעדעס מאָל מיט אַ שטאַרקערן פֿלאַם. פֿאַר דעם "כאַמאַס" איז די ישׂראלדיקע סוף חנוכּה־אָפֿענסיווע אין עזה אַזוי ווי עס איז געווען פֿאַר ישׂראל די אַראַבישע יום־כּיפּור־אָפֿענסיווע אין סיני מיט 35 יאָר צוריק; נאָך דעם שאָק פֿון דער איבערראַשונג אין די ערשטע טעג פֿון דער אָפֿענסיווע, איז געקומען דאָס "קומען צו־זיך" פֿון דעם אַטאַקירטן צד, אין דעם פאַל — פֿון דעם "כאַמאַס", וועלכער האָט זיך אָנגעהויבן באַנוצן מיט דעם מער סאָפֿיסטיקירטן, מער אולטימאַטיוון וואָפֿן פֿאַר נויט־צײַט; מיט די ווײַט־שיסנדיקע ראַקעטעס און גראַנאַטן־וואַרפֿערס, באַשיסנדיק אַשדוד, יבֿנה און די דרומדיקע ייִשובֿים מיט אַ געדיכטערער באַפֿעלקערונג און אויף אַ מרחק ביז 40 קילאָמעטער.
ווען מיר וואָלטן געשילדערט דעם בלוטיקן פֿאַרמעסט לויט די סטאַטיסטישע פּאַראַמעטערס, אָדער מיט טערמינען פֿון דעם ספּאָרטיוון לעקסיקאָן, וואָלטן מיר די ביז־איצטיקע "רעזולטאַטן" פֿון אָט דער מענטשלעכער און נאַציאָנאַלער טראַגעדיע אין איצטיקן מאָמענט, אויפֿן פֿערטן טאָג פֿון דער מלחמה קעגן עזה, רעקאָרדירט מיט די ציפֿערן: 360:3. דאָס איז די פֿאַרהעלטעניש צווישן די צדדים אין דעם איצטיקן פֿאַרמעסט, נישט נעמענדיק אין באַטראַכט די צאָל פֿאַרוווּנדיקטע פֿון ביידע צדדים. דאָס איז, אַגבֿ, נישט קיין סך מער פֿון דער אייגנטלעכער פּראָפּאָרץ פֿון דעם איבער זעכציק־יאָריקן קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און אירע פּאַלעסטינער שכנים.
איך דערמאָן זיך, דאָס איז געווען בערך מיט איבער פֿערציק יאָר צוריק, נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, ווען איך בין ווי אַ יונגער זשורנאַליסט אין די "לעצטע נײַעס" אַ געוויסן טאָג גערופֿן געוואָרן זיך צו באַטייליקן אין אַ באַקענונגס־ צוזאַמענטרעף פֿון זשורנאַליסטן מיט אַ נײַ נאָמינירטן יונגן מיליטערישן וואָרטזאָגער. ער איז הײַנט שוין אַ באַקאַנטער מיליטער־מאַן פֿון הויכן ראַנג און אויף אַ הויכער פֿונקציע. אַרויסלייגנדיק פֿאַר אונדז זײַן סטראַטעגישן אַני־מאמין, האָט ער צוו"אַנד געזאָגט, אַז מדינת־ישׂראל נייטיקט זיך אין "אַ קליינע מלחמהלע" מיט אירע אַראַבישע שכנים יעדע עטלעכע יאָר, כּדי די אַראַבער זאָלן זיך איבערצײַגן, אַז זיי קענען אונדז נישט מנצח זײַן, און דעמאָלט וועלן זיי אײַנגיין אויף צו פֿאַרהאַנדלען מיט ישׂראל וועגן אַ שלום.
זינט דעמאָלט איז א סך וואַסער שוין אויסגעטריקנט געוואָרן אין ירדן און אַ סך בלוט איז שוין אָפּגעפֿלאָסן אין די זיך איבערחזרנדיקע "קליינע מלחמהלעך", וואָס האָבן ביז איצט קיין "תּכלית" נישט געבראַכט — חוץ אפֿשר דעם שלום מיט מצרים, אין רעזולטאַט פֿון דער יום־כּיפּור־מלחמה. זינט דעמאָלט האָבן זיך אָבער סײַ ישׂראל און סײַ אירע אַראַבישע שכנים מיליטעריש פֿאַרשטאַרקט, און צוזאַמען מיט זייער מיליטערישן כּוח האָבן זיך פֿאַרשטאַרקט די עקסטרעמיסטן פֿון ביידע זײַטן, דער טעראָר און דער פֿונדאַמענטאַליזם; עס האָבן זיך פֿאַרשטאַרקט אויך די שטרויכלונגען אויפֿן וועג צום שלום.
עס איז אויך, מיטן לויף פֿון די יאָרן, געוואַקסן דער פּרײַז פֿון דעם שלום אויפֿן פּאָליטישן יאַריד, אַזוי ווי דער פּרײַז פֿון די פֿרוכטן אויפן עקאָנאָמישן מאַרק. אין איינעם פֿון אונדזערע אַרטיקלען אין אַ ייִדישן זשורנאַל האָט דער מחבר פֿון די דאָזיקע שורות אַמאָל געשריבן, אין אַן אײַנגערעמט שילדל, אַזוי ווי אין אַ שילדל אויף אַ סטראַגאַן פֿון פּירות און גרינצײַג אויפֿן מאַרק אין די טעג פֿון דער אינפֿלאַציע:
קויף דעם שלום הײַנט, ווײַל
מאָרגן וועט ער זײַן טײַערער
און אַזוי איז טאַקע געשען. דער פּרײַז פֿון שלום איז אָן אויפֿהער געוואַקסן און האָט אײַנגעזויפֿט גרויסע מאַנגעס בלוט פֿון יונג און אַלט — אויפֿן מזבח פֿון טעראָר און פֿון שׂינאה, פֿון נאַציאָנאַלער גאווה ביז פֿאַנאַטישן שאָוויניזם, פֿון אמתדיקן און אויך געפֿעלשטן פּאַטריאָטיזם, פֿאַר אייגענע און פֿאַר פֿרעמדע אינטערעסן; אויפֿן מזבח פֿון קורצזיכטיקע "קאָנצעפּציעס" און קורצע האָריזאָנטן, פֿון אַדורכגעלאָזטע, פֿאַרפּאַסטע איניציאַטיוון, פֿון פֿריצײַטיק פֿאַרמאַכטע "פֿענצטערס פֿון געלעגנהייטן" און פֿאַרשפּעטיקטע רעפֿלעקסן. און נישט ווייניקער פֿון דעם זענען די "אַקציעס" פֿון שלום געפֿאַלן, אָבער זייער פּרײַז איז געשטיגן אויף דער בערזע פֿון בלוט און פֿון שׂינאה.
ווען מיר קוקן זיך אום אויף דער געשיכטע פֿון אָט די "אַקציעס פֿון שלום", געפֿינען מיר אַן אויסטערלישע דערשײַנונג; וואָס מער די "אַקציעס פֿון שלום" פֿאַרלירן דעם ווערט אויפֿן פּאָליטישן יאַריד, אַלץ מער שטײַגן די אַנדערע אַקציעס, די מיליטערישע אַקציעס אויף דער קריגערישער בערזע. יעדע מלחמה הייבט זיך אָן ווי אַן "אַקציע". די אַקציע (אָדער אָפּעראַציע) "שלום הגליל" איז אויסגעוואַקסן צו דער ערשטער מלחמה אין לבֿנון. עס האָט גענומען אַ לענגערע צײַט ביז וואַנען די רעגירונג האָט באַוויליקט צו באַשטעטיקן אָפֿיציעל דעם נאָמען, וואָס דאָס פֿאָלק האָט שוין ספּאָנטאַניש געהאַט באַשטימט פֿאַר דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה, מחמת די פֿריִערדיקע, וואָס האָט געדויערט 18 יאָר, איז סך־הכּל געווען בלויז אַן "אַקציע" — איז ווי קען דאָס זײַן אַ "צווייטע מלחמה", אויב עס איז קיין ערשטע נישט געווען?...
אָבער אין אָט דער אומזיניקער סעמאַנטישער סכאָלאַסטיק ליגט אפֿשר דער גאַנצער זין פֿון דער ביז־איצטיקער לײַכטזיניקייט אין דער באַציִונג צו דער שוידערלעכסטער פֿון אַלע דערשײַנונגען אין דעם לעקסיקאָן פֿון די מענטשלעכע באַגריפֿן. די פֿאָלקס־מאַסן און זייערע מנהיגים פֿאַרגעסן דעם בלוטיקן טעם און באַנעמען נישט דעם שוידער פֿון דעם באַגריף אַזוי לאַנג, ווי זיי דערהערן נישט אַליין דעם שרעקעוודיקן געהילך פֿון דער סירענע מיטן וואָרענונג־סיגנאַל "צבֿע אדום"! — רויטע קאָליר!, און ביז וואַנען עס שנײַדט נישט אַדורך די לופֿט און עס ווייטיקט זיי אין אויער דער ערשטער גרילץ פֿון דער באָמבע, צי פֿון דער "קאַסאַם"־ראַקעטע, אָדער פֿון דעם "גראַד" און פֿון יעדן אַנדערן טייטלעכן אָנזאָג פֿונעם טײַוול.
געדענקען מיר דאָך אַלע די מאַסיווע דעמאָנסטראַציעס קעגן דער רעגירונג אונטערן פּאַראָל "לאָזט דער אַרמיי מנצח זײַן!", און מיט דער פֿאָדערונג "צו דערלאַנגען זיי" און "אָנצולערנען" — צו געבן "זיי" דעם געהעריקן קלאַפּ זיי זאָלן האָבן צו געדענקען. אָבער די זעלבע דעמאָנסטראַנטן האָבן שפּעטער דעמאָנסטרירט קעגן דער רעגירונג הלמאי זי האָט אַזוי לײַכטזיניק געעפֿנט די צווייטע לבֿנונישע מלחמה, בעת די אַרמיי איז נישט געווען גענוג צוגעגרייט צו איר. יעדער צד — סײַ דער "כעזבאָלאַ", סײַ דער "כאַמאַס" און סײַ אונדזערע שרײַערס — אַלע האָבן זיי געוואָלט, אַז דער פֿײַנט זאָל לײַדן און זאָל דערפֿילן דעם טעם פֿון מלחמה, אָבער אונדז זאָל עס נישט וויי טאָן...
אַ מלחמה — יעדע מלחמה — דעמאָראַליזירט דעם געוויסן און באַפֿרײַט די הפֿקרות. יעדע מלחמה וועקט אויף דעם מיליטאַנטישן יצר און דעם אַזוי־גערופֿענעם "נאַציאָנאַלן קאָנצענזוס". אין אַ מלחמה, ווען עס פֿאַלן די באָמבעס און עס קנאַלן די האַרמאַטן, בלײַבן שווײַגן נישט נאָר די מוזעס, ווי עס זאָגן די פּאָעטן, נאָר עס ווערט אַנטשוויגן אויך דער שׂכל־הישר און די געזעלשאַפֿטלעכע קריטיק. און יעדע מלחמה מאָביליזירט די קריטיקלאָזע סעקטאָראַלע סאָלידאַריטעט — די אויטאָמאַטישע אידענטיפֿיצירונג פֿון דער, כ’וואָלט געזאָגט, ביאָלאָגישער צוגעהעריקייט צו דעם אָדער צום אַנדערן צד. און טאָמער דערוועקט זיך אַ געוואַגטע און אַ ניכטערע שטים פֿון קריטיק, ווערט דער קריטיקער געשטעמפּלט ווי אַ "פֿאַררעטער" דורך די פּאַטענטירטע "פּאַטריאָטן" פֿון דעם זעלבסגערופֿענעם "נאַציאָנאַלן לאַגער", וועלכער ווערט אין צײַט פֿון מלחמה דער באַלעבאָס פֿון דער "עפֿנטלעכער מיינונג".
די רעגירונג שטייט הײַנט פֿאַר דער שווערער אַנטשיידונג, צי זאָל די אַרמיי אַרײַנמאַרשירן אין דעם עזה־פּאַס. עס פֿאַרלאַנגט זיך אַ סך ישובֿ־הדעת פֿאַר אַזאַ אַנטשיידונג אין אָנבליק פֿון דער רעאַקציע און דעם דרוק פֿון די פֿאַרשידנאַרטיקסטע פֿאַקטאָרן. קיינער ווייסט נישט, וואָס פֿאַר אַ ריכטונג עס וועט אָננעמען די אָנגעהויבענע מלחמה און ווי לאַנג זי קען דויערן.
אַ מלחמה — יעדע מלחמה, אַפֿילו די "שענסטע", די "בעסטע" און די געלונגענסטע, אויב זי פֿאַרענדיקט זיך — אָדער ווערט איבערגעריסן — אָן אַ דערגרייכטן הסכּם, איז אַ באַשטעלונג פֿאַר דער קומענדיקער מלחמה. געוויינלעך, ענדיקט זי זיך בײַ אונדז מיט אַן אויספֿאָרש־קאָמיסיע וועגן אירע פֿעלערן און דורכפֿאַלן.
געוויינלעך, לערנט מען בײַ אונדז נאָך יעדער מלחמה די מסקנות פֿון אַזעלכע אויספֿאָרש־קאָמיסיעס און ווי אַזוי צו פֿאַרמײַדן די לרובֿ אומפֿאַרמײַדלעכע פֿעלערן אין דער מלחמה. מיר לערנען אָבער נישט, געוויינלעך, ווי אַזוי די קומענדיקע מלחמה צו פֿאַרמײַדן. מיר שטייען איצט ממש אויף דער שוועל פֿון דעם נײַעם קאַלענדאַרישן יאָר. לאָמיר האָפֿן, אַז דאָס נײַע יאָר וועט אונדז מער קיין מלחמה נישט ברענגען.
תּל־אָבֿיבֿ, 30סטער דעצעמבער 2008