|
דער אומגעבראַכטער לערער, משה יאַיִש נאַכאַרי |
|
דער אור־אַלטער ייִדישער ייִשובֿ אין תּימן, וואָס האָט ביז איצט בשום־אופֿן נישט געוואָלט פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד פֿון זייערע אָבֿות, האָט לעצטנס שוין געגעבן אָנצוהערן, אַז זיי קלערן וועגן עמיגרירן, צוליב דער וואַקסנדיקער אַנטיסעמיטישער שטימונג דאָרט. ווי אַ פּועל־יוצא, האָט אַ גרופּע ייִדן דאָ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אין ישׂראל, זיך אונטערגענומען זיי צו העלפֿן.
די ייִדישע קהילה אין תּימן, וואָס באַשטייט פֿון בערך 350 ייִדן, איז שטאַרק באַאומרויִקט געוואָרן, ווען משה יאַיִש נאַכאַרי, אַ באַליבטער יונגער לערער און אַ טאַטע פֿון נײַן קינדער אינעם שטעטל ראַיִדאַ, איז דעם פֿאַרגאַנגענעם דעצעמבער דערהרגעט געוואָרן פֿון אַ מוסולמענישן פֿאַנאַטיקער. ווי די עדות האָבן עס איבערגעגעבן, איז דער מוסולמענער, אַבדול אַזיז יאַכיאַ כאַמוד אַל־אַבדי, צוגעגאַנגען צום 35־יאָריקן לערער אין מאַרק, אויסגעשריגן: "ייִד, נעם אָן דעם מוסולמענישן גלויבן!" און דערנאָך אויסגעשאָסן אין אים פֿינף מאָל פֿון אַ קוילן־וואַרפֿער. אַבדי האָט שפּעטער זיך מודה געווען אינעם פֿאַרברעכן.
דער מישפּט קעגן אַבדי האָט זיך געענדיקט די וואָך. הגם די פּראָקוראָרן און די קרובֿים פֿונעם אומגעבראַכטן לערער האָבן געמאָנט טויט־שטראָף, האָט דער ריכטער געפּסקנט, אַז אַבדי זאָל גיכער באַצאָלן אַ שטראָף פֿון $250,000. די סיבה פֿאַר נישט געבן אים טויט־שטראָף, האָט דער ריכטער דערקלערט אַזוי: "די מעדיצינישע באַריכטן האָבן באַצייכנט אַבדי ווי גײַסטיק נישט־נאָרמאַל".
משה נאַכאַרי איז טאַקע נישט געווען אַבדיס איינציקער קרבן. מיט פֿינף יאָר פֿריִער האָט אַבדי דערהרגעט זײַן פֿרוי. ער איז אויך דעמאָלט נישט געזעסן אין תּפֿיסה, ווײַל דער פֿריִערדיקער ריכטער האָט געגעבן אַן ענלעכן פּסק: צוליב דעם וואָס אַבדי איז פּסיכאָלאָגיש קראַנק, וואָלט געווען "צו האַרב אַ שטראָף" אים אײַנצוזעצן אין תּפֿיסה.
הרבֿ יאיר יאַיִש, דער 42־יאָריקער פּרעזידענט פֿון דער "תּימנער ייִדישער פֿעדעראַציע פֿון אַמעריקע", האָט דערקלערט דעם "פֿאָרווערטס", אַז ס׳איז מסתּמא בעסער, וואָס מע האָט אַבדין נישט געגעבן טויט־שטראָף, ווײַל די ייִדן אין תּימן האַלטן, אַז דאָס וואָלט געקאָנט אַרויסרופֿן אַ סך ערגערע אַטאַקן אויף זיי. "מיר האָבן פּשוט מורא געהאַט, אַז עס קען נאָך אויסברעכן אַ פּאָגראָם," האָט הרבֿ יאַיִש געזאָגט.
בײַם פּראָצעס, למשל, זענען צענדליקער פֿון אַבדיס קרובֿים געזעסן מיט ביקסן אין דער האַנט, און געדראָט, אַז זיי וועלן דערהרגענען די ייִדן — און אויך דעם ריכטער — אויב מע וועט פֿאַרמישפּטן אַבדי צום טויט. די סטראַשונקעס קעגן די ייִדן זענען געוואָרן אַזוי שרעקעדיק, אַז די תּימנער מאַנסבילן, וועלכע האָבן ביז איצט געאַרבעט ווי שוסטער און זילבערשמידן, האָבן פּשוט אויפֿגעהערט גיין צו דער אַרבעט, און די קינדער גייען מער נישט אין שול.
|
נאַכאַריס טאַטע־מאַמע מיט זייערע אייניקלעך, דעם 16טן פֿעברואַר, אין זייער שטוב אין ראַיִדאַ |
Getty Images |
די אַנטיסעמיטישע שטימונג אין ראַיִדאַ איז געוואָרן נאָך ערגער ווען די ישׂראלדיקע כּוחות האָבן דורכגעפֿירט די אָפּעראַציע "צעשמעלצט בלײַ" אין עזה. מיט אַ חודש צוריק, למשל, האָט אַ גרופּע אײַנוווינער פֿון ראַיִדאַ געוואָרפֿן אַ צינדפֿלאַש אינעם הויז פֿונעם ייִדישן כּלל־טוער, סאַיִד בן־ישׂראל. הגם קיינער איז נישט פֿאַרוווּנדעט געוואָרן, האָט דער אינצידענט אַזוי דערשראָקן די משפּחה בן־ישׂראל, אַז זי האָט זיך תּיכּף אַריבערגעצויגן אין דער תּימנער קרוינשטאָט סאַנאַאַ, און מיט צוויי וואָכן צוריק האָט די משפּחה פֿאַרלאָזט תּימן אויף אייביק. זי איז געבראַכט געוואָרן קיין ישׂראל דורך אַ געהיימער עליה־אָפּעראַציע, דורכגעפֿירט דורך דער סוכנות און דער "תּימנער ייִדישער פֿעדעראַציע פֿון אַמעריקע". סאַיִד, זײַן פֿרוי און זיבן קינדער האָבן בדעה זיך צו באַזעצן אין בית־שמש.
במשך פֿון די לעצטע פּאָר חדשים האָט הרבֿ יאַיִש, אין איינעם מיט דער "סוכנות" און דער אָרגאַניזאַציע "מגשימי חירות" (דער יוגנט־אָפּטייל פֿון דער אַלוועלטלעכער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע"), שווער געהאָרעוועט צו העלפֿן די ייִדן פֿון תּימן. יאַיִש האָט זיך שוין געטראָפֿן מיט פֿאַרשידענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, ווי די "יו־דזשיי־איי", "הײַאַס" און "אַגודת־ישׂראל", ווי אויך עטלעכע פֿונדאַציעס און פֿאַרמעגלעכע ייִדישע משפּחות, צו דיסקוטירן מיט זיי ווי אַזוי מע קען זאַמלען די נייטיקע פֿאָנדן, כּדי אַריבערצוברענגען די איבערגעבליבענע ייִדן פֿון תּימן — און בפֿרט פֿון ראַיִדאַ — קיין אַמעריקע. דאָס געלט, זאָגט ער, וועט העלפֿן זיי זיך אײַנצואָרדענען מיט וווינונגען, סאָציאַלע באַדינונגען, שׂכר־לימוד זיך צו לערנען אין ישיבֿה און אַלגעמיינע לעבנס־הוצאָות.
דער ייִדישער ייִשובֿ אין תּימן איז גאָר אַן אַלטער; די ייִדן וווינען דאָרט שוין טויזנטער יאָרן. טאַקע דערפֿאַר האָבן די אָרטיקע ייִדן ביז איצט נישט געטראַכט וועגן עמיגרירן פֿון דאָרט. ווען די ייִדישע פֿירער פֿון אויסלאַנד פֿלעגן זיי פּרוּוון איבערצײַגן עולה צו זײַן קיין ישׂראל אָדער זיך צו באַזעצן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָבן זיי תּמיד געטענהט, אַז ס׳איז נישט נייטיק, ווײַל דער תּימנער פּרעזידענט אַלי אַבדאַלאַ סאַלעך איז אַ פֿרײַנד פֿון די ייִדן און וועט נישט דערלאָזן, אַז מע זאָל זיי אַטאַקירן.
נאָכן מאָרד, למשל, האָט פּרעזידענט סאַלעך פֿאַרבעטן די ייִדן, וואָס פֿילן זיך אין אַ סכּנה — בערך 45 משפּחות — צו קומען וווינען אין אַ געגנט פֿון דער קרוינשטאָט סאַנאַאַ, נישט ווײַט פֿון דער אַמעריקאַנער און דער ענגלישער אַמבאַסאַדע, און ער האָט זיי צוגעזאָגט נײַע הײַזער. לויט אַן אַרטיקל אין דער תּימנער צײַטונג Yemen Post, האָבן די עקספּערטן באַטאָנט, אַז אַזאַ שריט וועט העלפֿן בעסער באַשיצן די ייִדן, "בפֿרט אַז די מלוכה איז פּשוט נישט מסוגל זיי צו פֿאַרטיידיקן אין די הפֿקרדיקע שבֿטים־ראַיאָנען."
אַן אַנדערע סיבה פֿאַר וואָס די תּימנער ייִדן האָבן ביז איצט זיך נישט אַרויסגעצויגן פֿון תּימן איז, ווײַל די סאַטמערער ייִדן אין אַמעריקע האָבן זיי געמוטיקט דאָרט צו בלײַבן, און אַפֿילו געבויט פֿאַר זיי אַ צאָל תּלמודי־תּורה.
|
די עמיגראַציע פֿון די תּימנער ייִדן וואָלט מסתּמא געבראַכט אַ סוף צו זייער שפּרודלדיקן אייגנאַרטיקן לעבן־שטייגער. רעכטס: די פֿרײַנד פֿון אַ ייִדישן חתן קומען אויף דער חתונה אין ראַיִדאַ, דעם 15טן יוני 2008. לינקס: דער פֿירער פֿון דער ייִדישער קהילה אין ראַיִדאַ, סאַיִד בן־ישׂראל, מיט זײַן משפּחה, אין "בן־גוריון פֿליפֿעלד", דעם 19טן פֿעברואַר |
Getty Images |
אָבער זינט דעם מאָרד פֿונעם רבֿ, און די אַנדערע אַנטיסעמיטישע אַטאַקן, האָבן אַפֿילו די סאַטמערער אָנגעהויבן זאָגן, אַז מע דאַרף ראַטעווען די תּימנער קהילה. דעם 27סטן יאַנואַר האָט הרבֿ אַהרן טייטלבוים, דער רבי פֿון די סאַטמערער חסידים אין קרית־יואל, ניו־יאָרק, דערקלערט בעת אַ בענעפֿיט פֿאַר תּורה־לערנען, אַז דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ מוז העלפֿן די ייִדן אין תּימן.
ווי עס גיט איבער די ייִט״אַ, האָט הרבֿ טייטלבוים דערמאָנט דעם עולם, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן גאָרנישט געטאָן צו ראַטעווען די אונגאַרישע ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. "דער מצבֿ אין תּימן איז אַנדערש, ווײַל הײַנט קענען מיר זיי ראַטעווען, און דערפֿאַר מוזן מיר עס טאָן," האָט ער באַטאָנט.
נאָכן בענעפֿיט האָט דער סאַטמערער רבי געשריבן אַ בריוו צו אָבאַמאַן וועגן דעם ענין. ער האָט אויך גערופֿן די ייִדן פֿון ענגלאַנד אַרויסצוהעלפֿן. ווי עס האָט איבערגעגעבן די ייִט״אַ, האַלט הרבֿ טייטלבוים, אַז די תּנאָים צו אימיגרירן קיין אַמעריקע זענען געוואָרן אַזוי שטרענג זינט די טעראָריסטישע אַטאַקן פֿונעם 11טן סעפּטעמבער 2001, אַז ס׳וועט אפֿשר זײַן גרינגער אַריבערצופֿירן די תּמינער ייִדן קיין ענגלאַנד.
יאָכי סאַברי, אַן 28־יאָריקער תּימנער ייִד, וועלכער איז געקומען קיין אַמעריקע אין 1994 און פֿאַרמאָגט הײַנט אַ פּיצע־געשעפֿט אין פֿאַר־ראַקאַוויי, ניו־יאָרק, האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", אַז ער זאָרגט זיך זייער וועגן דער משפּחה, וואָס ער האָט איבערגעלאָזט אין תּימן מיט נײַן יאָר צוריק.
"מע באַהאַנדלט די ייִדן אין ראַיִדאַ ווי דער נידעריקסטער קלאַס," האָט סאַברי געזאָגט. "מע רופֿט זיי הינט און מאַלפּעס. מײַן פּלימעניק איז ערשט לעצטנס געקומען אַהער פֿון תּימן און האָט מיר דערציילט, אַז ווען ער שמועסט מיט דער משפּחה אין תּימן מוז מען רעדן לשון־קודש אָדער ייִדיש, ווײַל די מוסולמענער הערן אונטער די טעלעפֿאָן־שמועסן." אַ צאָל תּימנער ייִדן רעדן הײַנט ייִדיש צוליב דער השפּעה פֿון די סאַטמערער ישיבֿות.
יאָכי סאַבאַרי איז איינער פֿון אַ צאָל תּימנער ייִדן, וואָס די סאַטמערער חסידים האָבן במשך פֿון די יאָרן געבראַכט קיין אַמעריקע. אין פֿאַר־ראַקעוויי, וווּ ער וווינט, געפֿינט זיך אַ קליינער ייִשובֿ פֿון תּימנער ייִדן. אַ צווייטער ייִשובֿ, פֿון בערך 20 משפּחות, וווינט אין די חרדישע געגנטן פֿון מאָנסי, נ״י.
סאַברי זאָגט, אַז ער וואָלט זייער געוואָלט, אַז זײַן משפּחה זאָל עמיגרירן פֿון תּימן, אָבער וואָס מער מיליטאַנטיש עס ווערן די מוסולמענישע אַקטיוויסטן, אַלץ שווערער ווערט עס צו פֿאַרקויפֿן זייערע הײַזער. "מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט אַ גרופּע מוסולמענער, בעת זייערע תּפֿילות, געמאָלדן, אַז קיינער זאָל נישט קויפֿן קיין הײַזער אָדער קיין אַנדערע פֿאַרמעגנס בײַ די ייִדן. די ייִדן אין תּימן זענען אָבער נישט רײַך. דאָס גאַנצע לעבן האָבן זיי געהאָרעוועט צו קויפֿן אַ הויז. אויב זיי קענען עס נישט פֿאַרקויפֿן, וועלן זיי מוזן עמיגרירן מיט ליידיקע הענט."