פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בפּועל־ממש אויף יענער זײַט פֿון די הרי־חושך ליגט דאָס לאַנד אַזערבײַדזשאַן, אײַנגעניורעט פּאַזע דעם דרום־מערבֿ־ברעג פֿונעם קאַספּישן ים און פּונקט אין דער געגנט פֿון דזשאָרדזשיע (גרוזיע) און אָסעטיע, וואָס איז לעצטנס געוואָרן אַזוי אָנזעעוודיק אין “צענטראַל־אַזיע" אין שײַכות מיטן קריג צווישן דעם רוסישן פֿירער “פּוטין" און דעם גרוזינישן פֿירער “סאַאַקאַשווילי".
דער גרעסטער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג אין אַזערבײַדזשאַן באַשטייט פֿון אַ פֿאָלק וואָס רופֿט זיך “אַזערי" (און טאַקע נאָך זיי רופֿט זיך דאָס גאַנצע לאַנד) און אַ חוץ זיי וווינען דאָרטן אויך נאָך אַ 10—12 אַנדערע פֿעלקער און ממש אָן אַ שיעור פֿעלקערשאַפֿטן, בתוכם די באַרג־ייִדן. די לעגענדאַרע “רויטע ייִדעלעך" האָט מען דאָרט נאָך ניט געפֿונען, נאָר דעם “סמבטיון" אפֿשר יאָ, ווײַל די הויפּטשטאָט, באַקו, אַ באַרימטער נאַפֿטצענטער בײַ די ברעגעס פֿונעם “קאַספּישן ים", איז אפֿשר דער זעלבער ים וואָס די פֿאַרצײַטישע רויטהאָריקע ייִדן האָבן געהאַלטן אַז אַ גאַנצע וואָך קראַכט ער און ער וואַרפֿט מיט די שטיינער און נאָר אום שבת רוט ער, פּונקט ווען קיין ייִד וואָלט זיך אויף קיין נסיעה צו זיי ניט אַרויסגעלאָזט. צוליב יענעם מוראדיקן און שטורמישן ים האָבן אונדזערע תּמימותדיקע אָבֿות־אַבֿותינו משמעות ניט געקענט דערגרייכן צו די שטאָלצע, פֿרײַע און בראַווע “רויטע ייִדעלעך", ד"ה, פֿון יענע ייִדן וואָס זענען אַהין מגולגל צי פֿאַרשיקט געוואָרן נאָך העט־העט פֿאַרן גלות־בבֿל. ייִדן זענען דאָרטן אין אַזערבײַדזשאַן טאַקע פֿאַראַן נאָך פֿון גאָר אַמאָל. רופֿן רופֿט מען זיי באַרג־ייִדן אָדער “טאַטן" און זייער לשון רופֿט מען “טאַט" אָדער “טאַטיש". איך דערצייל אײַך דאָ ניט וועגן דער לעצטנס אויפֿגעפֿירטער “אָף־בראָדוויי"־טעאַטער־פֿאָרשטעלונג וואָס האָט זיך צוליב עפּעס אַ משונהדיקער סיבה גערופֿן “באַרג־ייִדן", נאָר טאַקע וועגן ייִדן ממש וואָס לעבן שוין שווערע הונדערטער יאָרן אין די קאַווקאַזער בערג און אַפֿילו דער קאָמוניזם האָט זיי ניט געקענט בײַקומען. די קאָמוניסטן איז סוף־כּל־סוף אײַנגעפֿאַלן (ווי אמתע אייניקלעך פֿון “פֿאָניע גנבֿ") אַ פֿאָרטל, אַז אַזוי ווי ייִדיש האָט מען דאָך “געמוזט" רודפֿן, און דאָס האָט די קאָמוניסטן גאַנץ גוט פֿאַרשוואַרצט דאָס פּנים אין אויסלאַנד, אין דער מערבֿ־וועלט הייסט עס, האָט מען דאָס טאַטיש לשון פֿון אַזערבײַדזשאַנער ייִדן ווײַט און ברייט פֿאַרפּירסומט ווי אַ געשטיצטע און געשיצטע שפּראַך פֿון ייִדן, כּדי מען זאָל ניט קענען זאָגן אַז פֿאָניע גנבֿ איז חלילה אַנטיסעמיטיש, רחמנא־לצלן. “וואָס טשעפּען זיך די ייִדן? אַן אייגן לאַנד (ביראָבידזשאַן) גיט מען זיי; אַן אייגן לשון שטיצט מען פֿאַר זיי. וואָס נאָך ווילן זיי?"

הכּלל, די באַרג־ייִדן האָבן בײַ פֿאָניען אויך קיין האָניק ניט געלעקט, נאָר היות ווי זיי לעבן אין מרחקים און זײַנען קליין אין צאָל, ווייסט כּמעט קיינער ניט וועגן דעם וואָס ס'האָט זיך בײַ זיי בימי פֿאָניע אָפּגעטאָן. ערשטנס, האָט “מען" זייער לשון־קודשדיקן אַלף־בית (וואָס איז געווען זייערס אַ ירושה נאָך פֿון די צײַטן פֿון מרדכי הצדיקן) געביטן פֿריִער, אין די 1920ער יאָרן, אויפֿן לאַטײַנישן און דערנאָך, אין די 1930ער יאָרן, אויפֿן קירילישן. דאָס אַליין האָט אַזוי צעטרייסלט די “טאַטישע" טראַדיציע, אַז אַפֿילו אָן אַ בפֿירושדיקן לאַוו און אַפֿילו אָן רדיפֿות, פֿאַרמאָגט דאָס לשון הײַנט קוים צוואַנציק טויזנט רעדערס (אי אין דעם שכנותדיקן סאָוועטישן דאַגעסטאַן און אי אין אַזערבײַדזשאַן גופֿא). נאָר לאָמיר דערווײַל אָפּלאָזן דעם בן־מלך, די באַרג־ייִדן, און זיך אומקערן, כאָטש אויף דערווײַל, צוריק צו אונדזער הויפּט־טעמע: די ייִדן אין אַזערבײַדזשאַן אַליין.

באַקו: עיר־ואם־בישׂראל

אין באַקו, דער הויפּטשטאָט פֿון אַזערבײַדזשאַן, האָבן ביז אין דער סאָוועטישער צײַט געלעבט דער עיקר “ספֿרדים". איך שרײַב “ספֿרדים" אין גענדזן־פֿיסלעך, ווײַל קיין יורדי־ספֿרד זענען זיי דאָך זיכער ניט געווען, נאָר אַזוי ווי מיר האָבן אַלע נאָכגעטאַנצט דעם ווײַט פֿאַרשפּרייטן אַשכּנזישן טעות פֿון אָנרופֿן אַלע ייִדן וואָס זענען בפֿירוש ניט קיין אַשכּנזים: “ספֿרדים" (גלײַך ווי קיין עדות־המיזרח — תּימנער, גרוזינער, פּערסישע אאַז"וו זענען אויף דער וועלט ניט פֿאַראַן), איז זאָל זײַן “ספֿרדים". כאָטש באַקו איז דאָך ניט געווען אינעם צאַרישן תּחום־המושבֿ, זענען “אַזש קיין באַקו" אָנגעקומען אַשכּנזים ערשט אין די צוואַנציקער יאָרן, ד"ה שוין אין דער סאָוועטישער צײַט, אי צוליב דער נײַער נאַפֿט־אינדוסטריע און אי צוליב די ייִדישע קאָלכאָזן, אי איידער מען האָט זיי אין די שפּעטע צוואַנציקער יאָרן אָפּגעשאַפֿן, אי נאָך דעם, בעתן אַנטלויפֿן פֿון די נאַציס. מיט אָט די צוויי אַשכּנזישע אײַנוואַנדער־שטראָמען איז ייִדיש צום ערשטן מאָל אָנגעקומען קיין אַזערבײַדזשאַן און האָט דאָרטן איבערגעלאָזט אַ זכר־לחורבן, אי צווישן די דאָרטיקע ייִדן, אי צווישן זייערע אַזערבײַדזשאַנער שכנים.

ייִדישע קאָלכאָזן אין אַזערבײַדזשאַן

בײַ אונדז האָט מען זיך מיט די אַזערבײַדזשאַנער קאָלכאָזן קיין סך זיך ניט אָפּגעגעבן, ווײַל זיי האָבן זיך מיט די קרימער קאָלכאָזן ניט געקענט פֿאַרגלײַכן, ניט אין גרייס און ניט אין אויסדויער. אָבער פֿון באַקוער אוניווערסיטעט האָט דער היסטאָריקער פּראָפֿ' נורלאַן אַליִעוו (וועלכער גיט זיך אָפּ מיטן ענין פֿון ייִדן אין אַזערבײַדזשאַן בכלל) מיר איבערגעגעבן אַז צווישן די יאָרן 1927 און 1933 זענען דאָרטן אויפֿגעשטעלט געוואָרן עטלעכע קאָלכאָזן, אי פֿאַר ייִדן, אי פֿאַר דײַטשן, אי פֿאַר אייניקע אַנדערע נאַציאָנאַלע גרופּעס. צו ערשט זענען זיי באַצייכנט געוואָרן ווי “אַגריקולטור־סטאַנציעס" און לסוף האָט מען פֿאַראייניקט קלענערע סטאַנציעס און פֿון זיי געשאַפֿן קאָלעקטיווע פֿאַרמס (קאָלכאָזן), דער עיקר אין דער קובאַ־געגנט. אַזעלכע זענען אויך געווען אין איסמעיִלי, אַכוז (די פֿריִערדיקע וואַרשטאַטן) און שאַמאַכי. זיי האָבן זיך מערסטנס אָפּגעגעבן מיט פֿרוכט און גרינס. לויט די אָנגעקליבענע אַרכיוואַלע בריוו, טאָגביכער און געדרוקטע אויסגאַבעס, איז ייִדיש געווען דאָס לשון פֿון אַ גרויסער צאָל פֿון די אײַנוווינערס פֿון אָט די סטאַנציעס און קאָלכאָזן בעת די 1920ער און 1930ער יאָרן. אַ שאָד וואָס כּמעט קיינער פֿון אונדזערע סאָוועטיש־ייִדישע עקספּערטן האָט זיך נאָך צו אָט דער גאַנץ טשיקאַווער טעמע ניט גענומען.

צוריק צו די באַרג־ייִדן: אַ שטאָט וווּ עס לעבן בלויז ייִדן

פֿון די נסים פֿון אַזערבײַדזשאַן איז דער פֿאַקט וואָס אין לאַנד איז נאָך פֿאַראַן אַ “שטאָט וווּ עס לעבן בלויז ייִדן". דאָס איז קראַסנאַיאַ סלאָבאָדאַ, אַ ייִשובֿ מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון וואָסערע 2,000 נפֿשות, הויך אין די קאַווקאַזער בערג, וווּהין עס דערגרייכן עד־היום זייער ווייניק דרויסנדיקע. די באַפֿעלקערונג איז כּמעט אין גאַנצן אַ בעזגראַמאָטנע וואָס שייך לשון־קודש (אַפֿילו דער רבֿ קען ניט קיין צורת־אַלף). אַלע זכרים דאַווענען אויף אויסווייניק און אַלע, מענער און פֿרויען צו גלײַך, היטן כּשרות און אַלע ייִדישע יום־טובֿים און ריטואַלן וואָס זענען בכלל דערגאַנגען צו ייִדן אין פּערסיע. לויט זייער מסורה שטאַמט “טאַטיש" פֿונעם לשון פֿון די כּוזרים, אַ צענטראַל־אַזיאַטישער שבֿט וואָס האָט נאָך אין גאָר פֿריִען מיטלעלטער אָנגענומען ייִדישקייט (צי קאַראַיִמישקייט) און אויפֿגעשטעלט אַ ייִדישע מדינהלע וואָס האָט אויסגעהאַלטן עטלעכע הונדערט יאָר. לעצטנס האָבן עטלעכע ישׂראלים אויפֿגעשטעלט אַ קינדער־שול אין דער ייִדישער באַרגשטאָט, און גענומען צורעדן די לאָקאַלע ייִדן צו פֿאָרן קיין ישׂראל, זיך דאָרט צו באַזעצן. אייניקע זענען טאַקע אַהין געפֿאָרן און ס'איז זיי גראָד געפֿעלן דאָס לעבן דאָרטן, נאָר זיי זענען לסוף כּמעט אַלע צוריקגעקומען צו “זייערע אייגענע הײַזער, משפּחות, און צו די קבֿרים פֿון זייערע אָבֿות", ווי ס'גיט איבער דער אַשכּנזישער ישׂראלי וואָס פֿירט אָן מיט דער נײַער קינדער־שול. בדרך־כּלל זענען די לאָקאַלע ייִדן פֿאַרזאָרגט, אַז דער צוצי פֿון ישׂראל קען נאָך, חלילה, גורם זײַן אַן אָפּשוואַכונג פֿון זייער אוניקאַלן ייִשובֿ. זאָגן זאָגט מען טאַקע דעם פֿרומען פּיזמון פֿון דער הגדה (“לשנה הבאה בירושלים"), נאָר דער מינהג איז פֿאָרט אַ פֿאַרקערטער ווי דאָס זאָגן. אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן קענען זיי מיטפֿילן אין שײַכות דערמיט. עס גלייבט זיך קוים אַז די באַרג־ייִדן וועלן דאָרטן אייביק קענען בלײַבן, נאָר ס'פֿעלן דאָך אויך אַפֿילו לגבי דער פֿרײַער אַמעריקע ניט קיין טרויעריקע נבֿואות לגבי דער “אייביקייט". דערווײַל קלאַפּט נאָך בײַ ייִדן אין קראַסנאַיאַ סלאָבאָדאַ, און אַפֿילו אין אַזערבײַדזשאַן בכלל, אַ גאָר שטאַרקער “ייִדישער אָדער".

און וואָס איז וועגן די אַנדערע ייִדן אין הײַנטיקן אַזערבײַדזשאַן?

איצט לעבן נאָך אַלץ ייִדן אין אַזערבײַדזשאַן, דער עיקר טאַקע אין באַקו, עטלעכע און צוואַנציק טויזנט זײַנען טראַדיציאָנעלע מאַחינו־בני־ישׂראל. דאָס איז צו זען, קודם־כּל, פֿון דער גרויסער, נײַער שיל וואָס מען האָט דאָרטן אין די לעצטע יאָרן אויפֿגעשטעלט (אַ חוץ דער אַלטער, וואָס פֿונקציאָנירט נאָך אויך ווײַטער). אויך דער אַלטער “ייִדישער קוואַרטאַל" עקזיסטירט ווײַטער, מיט זײַן דערוואַרטער “ייִדישער גאַס". ייִדן וווינען שוין איצט איבער דער גאַנצער שטאָט און זענען אויך נישקשהדיק פֿאַרטראָטן אינעם באַקוער אוניווערסיטעט. די באַציִונגען צווישן די זייער מעסיקע איסלאַמישע אַזערי און די ייִדן מכּל־המינים זענען זייער פֿרײַנדלעכע שוין אין משך פֿון אַ סך הונדערטער יאָרן. דאָס קען מען אויך דערקענען דורך דעם בײַזײַן פֿון קורסן אין מאָדערנעם העברעיִש און אין ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור אינעם סדר־לימודים פֿונעם אוניווערסיטעט, און אָט די קורסן ציִען צו ניט ווייניק אַזערישע תּלמידים. ווען איך האָב בײַ מײַנעם אַ באַקאַנטן אַזערישן סאָציאָלינגוויסט זיך נאָכגעפֿרעגט וועגן דער מעגלעכקייט אַז מען זאָל נאָך אַ מאָל אויך געבן קורסן אויף און וועגן ייִדיש, בין איך געבליבן פֿאַרחידושט פֿונעם אינטערעס וואָס מײַן שאלה האָט אַרויסגערופֿן.
אַנשטאָט מיך צו פֿרעגן, ווי איך האָב באמת דערוואַרט, “ווער וועט אין דעם איזאָלירטן אַזערבײַדזשאַן זיך וועלן לערנען ייִדיש?" האָט די דאָרטיקע אדמיניסטראַציע געענטפֿערט: “לאָמיר טאַקע אָט דעם ענין מיט אײַך און צווישן זיך אַליין אַ ביסל ווײַטער אַרומרעדן. מיר ווייסן אַז אין באַקו לעבן נאָך איצט און האָבן שוין לאַנג דאָ געלעבט ייִדיש־רעדערס. אַזוי ווי אַלע אַזערבײַדזשאַנער ייִדן בכלל, זענען אויך זיי, די ייִדיש־רעדערס צווישן זיי, אַן אָנגעלייגטער טייל פֿונעם גאַנצן “אַזערבײַדזשאַנישן קולטור־פֿאַרמעגן".
אָט דער אויסדרוק איז, ווײַזט אויס, גאָר נישט סתּם קיין קאַזיאָנער, נאָר אַן אָפּשפּיגלונג, ערשטנס, פֿון די אַכט אָפֿיציעל אָנערקענטע מינאָריטעטן־לשונות (אַרײַנגערעכנט טאַטיש) אין אַזערבײַדזשאַן און, צווייטנס, פֿון דעם וואָס אַזערבײַדזשאַנער האַלטן זיך פֿאַר פֿרײַנד פֿון ישׂראל, פֿאַר פֿרײַנד פֿון ייִדן בכלל און אַ חוץ אַלעמען, ווי גרויסע אָנהענגערס פֿון דער מאָדערנער אייראָפּעיִשער קולטורוועלט צו וועלכער זיי (און דער עיקר זייער יוגנט) זוכן כּסדר אַ גרעסערן צוטריט ווי אַ קעגנוואָג קעגן דער שכנותדיקער סאָוועטישער השפּעה. ייִדיש איז פֿאַר זיי איין וועג אויף וועלכן מען קען העלפֿן אָט אַזאַ צוטריט צו אייראָפּע מער פֿאַרפֿעסטיקן.

דער אינטערעס צו ייִדיש

און די אַזערבײַדזשאַנער האָבן קענטיק אַרומגערעדט און אַרײַנגעקוקט אינעם ענין ייִדיש בײַ זיך אין אוניווערסיטעט. דערווײַל האָבן זיי אויסגעפֿונען אַז כאָטש צווישן די ייִדישע סטודענטן איז ניט פֿאַראַן קיין גאָר שטאַרקער אינטערעס אין ממש לערנען זיך ייִדיש ווי אַ לשון, וואָלטן זיי און אויך די אַנדערע אַזערישע סטודענטן געווען מער פֿאַראינטערעסירט אין לערנען זיך וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור, אָדער אין אַזערישער, אָדער אין רוסישער, אָדער אַפֿילו אין ענגלישער איבערזעצונג. זיי האָבן אויך באַשטעטיקט אַז ייִדיש פֿאַרמאָגט אַ גרויסע, אָנערקענטע און אַפֿילו ווײַט־באַרימטע אייראָפּעיִשע ליטעראַטור. הכּלל, ווען איך וואָלט געווען ביכולת (און בידיעות) צו קומען און אָנהייבן אויף דער עלטער לערנען ייִדישע ליטעראַטור (זאָל זײַן אַפֿילו אויף ענגליש!), וואָלט מען מיט מיר זיך באַלד געווען געזעצט צום טיש און גענומען רעדן וועגן אײַנקויפֿן ביכער, אויסשרײַבן זשורנאַלן און וועגן ענינים פֿון “אַכצן און דרײַצן" בכלל. איך האָב זיי אָבער דערקלערט, אַז אויב איך בין אויף דעם 100־יאָריקן יובֿל פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ ניט געפֿאָרן קיין טשערנאָוויץ, כאָטש פֿון טשערנאָוויץ איז אַ ביסל נעענטער קיין ניו־יאָרק ווי ס’איז אַזערבײַדזשאַן, זענען די שאַנסן אַז איך זאָל קענען קומען קיין באַקו זייער נישטיקע. אָבער דער ענין איז ניט אָפּגעלייגט געוואָרן אין דער לאַנגער באַנק אַרײַן. מען קויפֿט טאַקע אײַן פֿאַכביכער און זשורנאַלן, מען פֿאַרבינדט זיך מיט פֿאַרלאַגן און מען שטעלט אײַן קאָנטאַקטן מיט אייראָפּעיִשע אוניווערסיטעטן וווּ מען לייענט קורסן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור. מען האָט אַפֿילו גענומען פּלאַנירן אַ בודזשעט פֿאַרן ליטעראַטור־לימוד און פֿאַר אַן אַרײַנפֿיר־קורס אין לשון־ייִדיש.

נו, איז דאָס ניט צו שטוינען און צו גאַפֿן? הכּלל, רבותי, מיר לעבן אין נסימדיקע צײַטן און “ייִדיש אין אַזערבײַדזשאַן" איז גאָר ניט אַזוי אויסטערליש ווי עס קען זיך אויסדאַכטן און ווי עס האָט זיך מיר אַליין געדאַכט ערשט מיט אייניקע חדשים צוריק! לאָמיר נאָר אַ ביסעלע צוּוואַרטן, וועלן מיר שוין אַליין בקרובֿ קענען זען מיט די אייגענע אויגן וואָס דערפֿון איז געוואָרן.