- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין יאָר 1940 האָט זיך אין מאָסקווע, אין צענטראַל־קאָמיטעט פֿון קאָמיוג באַוויזן אַ 21־יאָריקער זשורנאַליסט פֿון קאָוונע, אַהרון גאַראָן. ער איז געקומען צו פֿאָרן מיט אַן אומגעוויינלעכן ציל: דערוויסן זיך בײַ די סאָוועטישע חבֿרים, ווי צו אָרגאַניזירן אין דער שוין פֿאַראייניקטער מיטן ראַטן־פֿאַרבאַנד ליטע אַ יוגנט־זשורנאַל אין ייִדיש. אין די לעצטע יאָרן פֿאַר דעם שמועס זײַנען געשלאָסן געוואָרן ס'רובֿ ייִדישע פּעריאָדישע אויסגאַבעס אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן די באַליבטע פּאָעטן משה קולבאַק און איזי כאַריק און פֿיל אַנדערע... דאָך האָט זיך גאַראָנען, נאָכן אומגעקערן זיך קיין קאָוונע, אײַנגעגעבן צו שאַפֿן דעם ייִדישן יוגנט־זשורנאַל “שטראַלן". ער איז געוואָרן זײַן רעדאַקטאָר און האָט אָנגעפֿירט מיט דער אַרבעט אַזוי לאַנג, ווי דער זשורנאַל האָט עקזיסטירט — ביזן אויסבראָך פֿון דער מלחמה מיט די נאַציס אין יוני 1941. אין ליטע האָבן אין יענער צײַט געלעבט אַרום 250 טויזנט ייִדן און די מערהייט האָט געקענט ייִדיש. אַ ווידער־אויפֿלעב פֿון דער פּרעסע אין ייִדיש איז פֿאָרגעקומען ערשט אין יאָר 1990, ווען אַהרון גאַראָן האָט אָנגעהויבן אַרויסגעבן אין ווילנע די צײַטונג “ירושלים דליטא". איצט דערשײַנט זי אין 4 שפּראַכן (ייִדיש, ליטוויש, רוסיש, ענגליש). איר ייִדישן וואַריאַנט רעדאַקטירט ער ביז הײַנט צו טאָג (פֿון 1992, שוין לעבנדיק אין ישׂראל). אַגבֿ, אין ליטע איז איצט פֿאַרבליבן אַרום 4 טויזנט ייִדן, אַ טייל פֿון זיי קענען שוין ניט קיין ייִדיש. אין ישׂראל האָט אַהרון גאַראָן מיטגעאַרבעט מיט צוויי צײַטונגען — “נײַע צײַטונג" און דערנאָך “לעצטע נײַעס", ווי אַ פּאָליטישער קאָמענטאַטאָר. צום באַדויוירן, זײַנען שוין ביידע צײַטונגען ניטאָ; אָבער גאַראָנס נאָמען טרעפֿט מען פֿון צײַט צו צײַט אין “פֿאָרווערטס" — ער איז שטענדיק אַ מחבר פֿון טיפֿע, אויספֿירלעכע אַרטיקלען. ער רעדאַקטירט ייִדישע ביכער, וועלכע דערשײַנען אין ישׂראל. ס'בלײַבט אונדז נאָר קורץ צו דערציילן, ווי ס'איז אַדורך אַהרון גאַראָנס לעבן פֿון יאָר 1941 ביז זײַן אָנקום אין לאַנד. דער האַלבער יאָרהונדערט, ווען ער איז געווען אָפּגעריסן פֿון דער געגאַרטער אַרבעט אין דער ייִדישער פּרעסע, ווײַל אַזאַ האָט מער ניט עקזיסטירט, האָט זיך געטיילט אויף צוויי פּעריאָדן: פֿון יאָר 1941 ביז 1945, ווען ער האָט אין די רייען פֿון דער ליטווישער דיוויזיע פֿון דער רויטער אַרמיי געקעמפֿט קעגן היטלער־דײַטשלאַנד, און פֿון 1946 ביז 1990, ווען ער האָט, לעבנדיק אין ווילנע, פֿאַרענדיקט דעם ווילנער אוניווערסיטעט (יוריספּרודענץ), און געאַרבעט אין דער אָנפֿירונג פֿון ליטווישע זשורנאַלן. הײַנט, אינעם טאָג פֿון זײַן 90־יאָריקן יוביליי, ליגן אויף זײַן שרײַבטיש נאָטיצן פֿאַר אַ נײַעם אַרטיקל אין “פֿאָרווערטס", אַן אָרנדטלעכער נומער פֿון דער צײַטונג “ירושלים דליטא" אויף ליטוויש, צוגעשיקט פֿון ווילנע, און ס'וואַרט אפֿשר צו ווערן רעדאַקטירט אַ נײַער כּתבֿ־יד פֿון אַ ייִדישן בוך. באַגריסנדיק אונדזער קאָלעגע און מחבר מיט זײַן 90־יאָריקן יוביליי און ווינטשנדיק אים די טראַדיציאָנעלע ייִדישע 120 געזונטע און שעפֿערישע יאָרן, דרוקן מיר אַ סקיצע פֿון אַהרון גאַראָן, אײַנגעשלאָסן אינעם זאַמלבוך פֿון די געוועזענע קעמפֿער פֿון דער ליטווישער דיוויזיע “דער וועג צום נצחון", וואָס איז דערשינען אין ישׂראל אין יאָר 1995. Ich deriner mich vegen a froi fun Vilna mit aza nomen "Garon"Submitted by Srulik on Sat, 2009-03-07 02:30.
Froi Garon iz gekumn gevoren kein Isroel fun Vilna in di 1970-er yoren mit iren zun un er tzum badoiern iz geshtochen gevoren tzum toit fun a bandit. Di rusishe olim hobn demolt organizirt a protest demonstratzie kegen dizen merder, mestome di ershte aza demonstratzie in Isroel. |