פֿאַרשײדנס
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די נײַע שיל אין מינכן
די נײַע שיל אין מינכן

שלום אַש, וועלכער האָט באַזוכט מינכן פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה, האָט מיט כּמעט דרײַסיק יאָר שפּעטער געשאַפֿן אַ שטאַרק נעגאַטיוון אימאַזש פֿון דער דאָזיקער שטאָט אין זײַן ראָמאַן "בֿײַם אָפּגרונט". אַשן האָט זיך באַזונדערס אײַנגעקריצט אין זכּרון דאָס "שלעכט נאָכגעמאַכטע, אין רענעסאַנס־סטיל געבויטע מינכענער ראַטהויז", מיט "אומצאָליקע קליינע נישעס, געוועלב־בויגנס מיט די שרעק־פֿאַרשפּרייטנדיקע און ביז צום האַלדז באַפּאַנצערטע דײַטשע ריטער—גולמס". פֿאַרן ייִדישן שרײַבער האָבן די דאָזיקע פֿיגורן פֿאַרקערפּערט דעם אויפֿוועקנדיקן מיטל־עלטערלעכן דײַטשישן אַנטיסעמיטיזם, וואָס ער האָט געהאַלטן פֿאַרן עיקרדיקן היסטאָרישן וואָרצל פֿון היטלערס נאַציזם.

הײַנט מאַכט דאָס מינכענער ראַטהויז און די מענטשן אַרום אים אַ גאָר אַנדערן אײַנדרוק אויף אַ באַזוכער. מינכן איז איינע פֿון די סאַמע לעבעדיקע און שיינע שטעט אין דײַטשלאַנד, בפֿרט זומערצײַט. ניט ווײַט פֿונעם ראַטהויז שטייט אַ נײַ־אויפֿגעבויטע שיל, וווּ בעת דעם שבתדיקן שחרית און מוסף קאָן מען הערן אַ זאַפֿטיקן ייִדיש פֿון רוסישע עמיגראַנטן, וואָס רעדן צווישן זיך וועגן פּענסיעס און אַנדערע לעבנס־ענינים. דער עולם אין דער מינכענער שיל איז אַ ביז גאָר פֿאַרשיידענער: אייניקע ייִדן קומען אין צילינדער־היטלעך און שניפּסן־באַבעלעך, אַנדערע — אין קאַפּאָטעס. די דרשה האַלט מען אויף דעם טראַדיציאָנעלן דײַטשישן שטייגער און אַפֿילו אויפֿן אייגנטימלעכן "יעקישן" דיאַלעקט.

לעבן דער שיל געפֿינט זיך דער ייִדישער מוזיי, וואָס זײַנע עקספּאָנאַטן וואָלטן געקאָנט זײַן מער וואָגיק און אינטערעסאַנט, בפֿרט וואָס שײַך דער ראָלע פֿון מינכן אין דער ייִדישער געשיכטע און קולטור. אַנשטאָט דעם, ווײַזט מען דאָרטן אָנגעבלאָזענע פֿאָטאָ־פּאָרטרעטן פֿון די מאָדערנע ישׂראלדיקע קינסטלער, וואָס האָבן ניט קיין טעם און ניט קיין ריח. אינטערעסאַנטער איז די אויסשטעלונג וועגן ייִדן אין די אַלפּישע בערג, וואָס איז פֿאַרשטעקט געוואָרן אינעם "אַלפּינען־מוזיי". דאָ קען מען זען אַפֿילו אַזאַ מערקווערדיקייט ווי טעאָדאָר הערצלס אייגענעם ביסיקלעט, כּמעט הונדערט פּראָצענט עכט חוץ די פּעדאַלן, וואָס זײַנען אַ שפּעטערע קאָפּיע. ייִדן און די אַלפּן איז אַ באַזונדער, קאָמפּליצירטער קאַפּיטל. פֿאַר די אַסימילירטע דײַטשישע און עסטרײַכישע ייִדן האָט דער באַרג־טוריזם געהאַט אַ גרויסן סימבאָלישן באַטײַט, אָבער די אַנטיסעמיטן האָבן זיי ניט געוואָלט צולאָזן צו די "אַרישע" אַלפּן.

אין די לעצטע צענדליק יאָר איז דער מינכענער אוניווערסיטעט געוואָרן אַ וויכטיקער וועלט־צענטער פֿאַר דער דײַטשיש־ייִדישער געשיכטע, און אינעם דאָזיקן אַקאַדעמישן קאָנטעקסט אַנטוויקלט מען אויך די ייִדיש־לימודים.

דאָס ראַטהויז אין מינכן
דאָס ראַטהויז אין מינכן
נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה איז מינכן אויף עטלעכע יאָר געוואָרן דער צענטער פֿון דער "שארית־הפּליטה", דאָס זאַמלפּונקט פֿון די ייִדן, וועלכע האָבן זיך געראַטעוועט פֿונעם חורבן און געפֿונען אַ צײַטווײַליקע היים אין די "די־פּי"־לאַגערן אין דער אַמעריקאַנער זאָנע אין באַוואַריע. זייער קולטורעלע און עפֿנטלעכע טעטיקייט איז געווען די טעמע פֿון דער דאָקטאָר־אַרבעט פֿון תּמר לעווינסקי, וועלכע האָט ביז די לעצטע יאָרן געלערנט ייִדיש אין מינכן. איצט איז אויף איר אָרט געקומען עוויטאַ וויעצקי, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דער געשיכטע פֿון ייִדישער בילדונג בכלל און מיט די לערן־ביכער אויף ייִדיש, בפֿרט.

די אַמאָליקע עסטרײַך־אונגערישע אימפּערילע האָט געגעבן דער וועלט אַ צאָל וויכטיקע ייִדישע און העברעיִשע שרײַבער, צווישן זיי: שמואל־יוסף עגנון, אורי־צבֿי גרינבערג און איציק מאַנגער. עד־היום בלײַבט די דאָזיקע ירושה ניט באַקאַנט אין עסטרײַך. האָפֿנטלעך וועט זיך דער מצבֿ ענדערן, ווײַל אינעם זאַלצבורגער אוניווערסיטעט עפֿנט זיך אַ נײַע אַקאַדעמישע מאַגיסטער־פּראָגראַם אין ייִדישע לימודים מיט ייִדיש ווי אַ וויכטיקער באַשטאַנד־טייל.

ווען עס גייט די רייד וועגן ייִדיש אין דײַטשלאַנד הײַנט־צו־טאָג, הערט מען כּסדר די פֿראַגע׃ "אויף וואָס באַדאַרפֿן די דײַטשן ייִדיש?" איז דאָס אַן אופֿן איבערצוקומען דאָס שולד־געפֿיל? אַ ראָמאַנטישער אינטערעס צו אַן עקזאָטישער שפּראַך, וואָס קלינגט ענדלעך צו דעם אַלטן דײַטשיש? אָדער אפֿשר סתּם אויף טשיקאַוועס? דאַכט זיך, אַז דעם סאַמע ערנסטן און וואָגיקן ענטפֿער באַקומט מען פֿון די, וואָס האַלטן, אַז ייִדיש איז אַ וויכטיקער טייל פֿון דער קולטור־געשיכטע פֿון די דײַטשישע לענדער, וואָס בלײַבט עד־היום ניט אָנערקענט און ניט געפֿאָרשט. אַזוי ווי אין אַמעריקע, רעדט מען אין דײַטשלאַנד אַ סך וועגן דעם חורבן, אָבער גאָר ווייניק וועגן דער קולטור, וואָס איז אונטערגעגאַנגען אינעם חורבן.

עס דאַכט זיך צומאָל, אַז די דײַטשישע און עסטרײַכישע פֿאָרשער און סטודענטן, וועלכע געבן זיך אָפּ מיט ייִדיש, האָבן אַ קלאָרערע מאָטיוואַציע און אַ בעסערן פֿאַרשטאַנד פֿון דעם, וואָס זיי ווילן דערגרייכן מיט זייער פֿאָרשונג, איידער די, וואָס שרײַבן פּאָפּולערע ביכער וועגן ייִדיש אין אַמעריקע. עס באַווײַזן זיך אויף דײַטש נײַע וויכטיקע פֿאָרשונגען און איבערזעצונגען, וואָס בלײַבן אומבאַקאַנט פֿאַרן ענגליש־רעדנדיקן לייענער. אין די קומעדיקע יאָרן וועט דער דרײַעק רעגענסבורג־מינכן־זאַלצבורג פֿאַרנעמען אַ וויכטיק אָרט אויף דער מאַפּע פֿון צווישן־דיסציפּלינאַרע אַקאַדעמישע ייִדיש־לימודים.