|
שמעון פֿרוג |
|
"פֿאַרשאָלטן איז דער, וועמען גאָט האָט באַשאַפֿן צו זײַן אַ משורר בײַ ייִדן" — די דאָזיקע שורות האָט אָנגעשריבן דער דרײַסיק־יאָריקער שמעון־שמואל פֿרוג (1860—1916), אפֿשר דער סאַמע פּאָפּולערער ייִדישער דיכטער אין זײַן דור. אין 1910 האָט מען מיט אַ פֿײַערלעכן באַנקעט אָפּגעמערקט אין פּעטערבורג דעם 30סטן יובֿל פֿון זײַן ליטעראַרישער טעטיקייט, ווי עס איז דעמאָלט געווען אַ מינהג צווישן רוסישע ליטעראַטן. אין ניו־יאָרק איז אין דעם אייגענעם יאָר אַרויס אַן אויסגאַבע פֿון פֿרוגס "אַלע שריפֿטן" אויף ייִדיש אין דרײַ שיינע בענד מיט דער הקדמה פֿון ראובֿן ברײַנין. מען זאָגט — אפֿשר אַ ביסל איבערגעטריבן — אַז ווען פֿרוג איז געשטאָרבן אין אָדעס אין 1916, זײַנען אויף זײַן לוויה געקומען 100,000 מענטשן.
וועגן פֿרוגן האָבן געשריבן אַלע ייִדישע קריטיקער און ליטעראַטור־פֿאָרשער פֿון זײַן תּקופֿה. מען האָט אים צוגעטיילט אַ וויכטיק אָרט אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אויף דרײַ שפּראַכן — רוסיש, ייִדיש און אַפֿילו העברעיִש. הגם אויף העברעיִש האָט ער געשריבן זייער ווייניק — און דאָך האַלט מען, אַז דווקא פֿרוגס רוסישע און ייִדישע ליריק איז געווען אַ פֿאַרבינדונג־גליד צווישן י. ל. גורדון און ח. נ. ביאַליק. בעל־מחשבֿות האָט געהאַלטן, אַז "מיט פֿרוגן הייבט זיך אָן דער ערשטער עטאַפּ פֿון אַן אמתער פּאָעטישער ליריק" אין דער ייִדישער פּאָעזיע, נאָך דעם "בדחנישן שטייגער" פֿון זײַנע פֿאָרגייער.
מיט פֿופֿציק יאָר צוריק האָט מען וועגן פֿרוגן נאָך געדענקט גאַנץ גוט. צו זײַן הונדערט־יאָריקן יובֿל האָט דער "איקוף־פֿאַרלאַג" אַרויסגעגעבן אַ זאַמלבוך פֿון פֿרוגס לידער מיט אַ וואָגיקער הקדמה פֿון נחמן מײַזיל, וואָס האָט פֿאַרסך־הכּלט פֿרוגס בײַטראָג אין דער ייִדישער ליטעראַטור און דאָס אויפֿנעמען פֿון זײַנע ווערק אין דער ייִדישער און העברעיִשער קריטיק.
אָבער שוין אין אָנהייב פֿון זײַן אַרטיקל באַמערקט מײַזיל מעלאַנכאָליש׃ "'הכּל תּלוי במזל’ — אַלץ הענגט אָפּ פֿונעם מזל. און דאָס איז אָפֿט אויך דער גורל פֿון קינסטלער, וואָס אייניקע גאָר וויכטיקע ווערן פֿאַרלוירן אין גאַנג פֿונעם לעבן און אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער ליטעראַטור." פֿרוג האָט ניט געהאַט קיין מזל ניט בעת זײַן לעבן, ניט נאָכן טויט זײַנעם. זײַן 150טער יובֿל איז פֿאַרבײַ גאָר שטיל, הגם איין ווערטפֿולע פּובליקאַציע וועגן אים פֿון פּראָפֿעסאָר ברײַען האָראָוויץ איז טאַקע יאָ אַרויס אויף ענגליש.
אויף רוסיש האָט פֿרוגס דיכטערישע ירושה ניט קיין גרויסן שם. מען האַלט אים, מיט אַ געוויסן יושר, פֿאַר אַ צוויי־ אָדער אַפֿילו דריט־ראַנגיקן דיכטער, וואָס האָט צוגעפּאַסט צו דער ייִדישער טעמע די פּאָעטישע מכשירים פֿון דער רוסישער ליטעראַטור, נאָכמאַכנדיק לערמאָנטאָוון, נעקראַסאָוון און נאַדסאָנען. אמת, פֿרוג איז אַרויס אויף דער רוסישער פּאָעטישער בינע אין אַ צווישן־צײַט, ווען די רוסישע פּאָעזיע האָט ניט געהאַט קיין שטאַרקע נײַע טאַלאַנטן. צום סוף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, ווען עס האָבן זיך באַוויזן די ערשטע שפּראָצונגען פֿון סימבאָליזם, איז פֿרוג שוין געווען גאָר אַלטמאָדיש, און אַזוי איז ער פֿאַרבליבן ביזן סאַמע סוף זײַנעם.
אויף ייִדיש איז פֿרוגס דיכטונג אָן אַ שיעור מער פֿילזײַטיק און אָריגינעל, הגם אויך דאָ האָט ער אָפֿט מאָל איבערגעחזרט די אַלט־באַקאַנטע טעמעס און מאָטיוון. גוט האָט וועגן דעם געזאָגט מ. י. בערדיטשעווסקי׃ "לייענט מען איין שיר פֿון פֿרוגן און נאָך איינעם, הערט מען נאָך אין זיי דאָס קול פֿון אַ לעבעדיקן ייִדן. אָבער אַז מען לייענט מער און מער, קומט שוין אויס, אַז דאָס זײַנען פּיוטים פֿון אַ מחזור."
פֿרוגס פּאָעזיע טראָגט אין זיך אַ בענקשאַפֿט נאָך פּשטות, אַ באַגער צו באַפֿרײַען זיך פֿון דער מאָדערנער פֿאַרדרייטקייט און זיך אומצוקערן צו דעם אויסגעטראַכטן עבֿר. אויף רוסיש קלינגט די דאָזיקע מעלאַנכאָלישע פּרימיטיווקייט אָפֿט מאָל גאָר ניט פֿריש און נאַטירלעך, אָבער געקינצלט און אויסגעמוטשעט. פֿרוגס ייִדישע לידער האָבן מער כּוח און שאַרפֿקייט, דאָ דאַרף ער זיך ניט אַזוי צופּאַסן צו זײַן געשטאַלט פֿון אַ גערודפֿטן ייִדן, וואָס ער האָט אויסגעקליבן פֿאַר זיך אויף רוסיש.
מיר דאַכט אָבער, אַז אַפֿילו בײַם הײַנטיקן לייענער קאָנען פֿרוגס לידער האָבן אַ געוויס חן. פֿרוג האָט פֿאַרמאָגט אַן אייגנאַרטיקן כּוח־הדמיון, און אייניקע באַלאַדעס און לעגענדעס זײַנע האָבן אַ גאָר אָריגינעלן דערציילערישן סיפּור־המעשׂה. אַזוי איז, למשל, "דעם שמשׂעס טאָכטער", אַ לעגענדע וועגן אַ שיינער דבֿורה, וועלכע האָט פֿרײַוויליק געשענקט איר לעבן דעם אַלטן רבין. דער אַלטער רבי לעבט דאָס צוגאָב־לעבן, ביז איין נאַכט, "מיט אַ מאָל דערהערט זיך אים — / אַ געוויין, אַ קלאָג פֿון קינדער... / פּושקעס קלאַפּן אין די גאַסן / און מען זינגט אל מלא רחמים... / 'דאָס וואָלט זי געשטאָרבן איצט!’". ערשט דעמאָלט באַפֿרײַט זיך דער אַלטער רבי פֿונעם שווערן יאָך, פֿונעם צווייטן לעבן, וואָס ער האָט באַקומען ווי אַ מתּנה פֿון דער יונגער פֿרוי, וואָס איז געשטאָרבן פֿאַר דער צײַט.
די דאָזיקע לעגענדע האָט אַ געוויסן שותּפֿות מיט אַנ־סקיס "דיבוק", הגם בײַ פֿרוגן שפּילט די ראָלע פֿונעם "דיבוק" דווקא די פֿרוי, וואָס גיט איר לעבן אַוועק אויס ליבע צו דעם אַלטן רבי. אַנדערש איז אויך דער סוף׃ דער רבי לעבט אויס דער פֿרויס לעבן ביזן סאַמע סוף. עס איז ניט קיין דראַמע, אַלץ קומט פֿאָר שטיל און פּאַמעלעך, אָבער דער לייענער בלײַבט מיט אַן אומהיימלעכן געפֿיל פֿון אַ טראַגעדיע.
דער חילוק אין דעם אויסטײַטשן דעם דיבוק־מאָטיוו דורך אָט די צוויי רוסיש־ייִדישע מחברים איז גאַנץ כאַראַקטעריסטיש. אין פֿאַרגלײַך מיט אַנ־סקין, וואָס האָט כּסדר געזוכט נײַע פֿאָרמען פֿאַר זײַן טעטיקייט אין לעבן און אין ליטעראַטור, איז פֿרוג געווען אין דעם זין פּאַסיוו. ער האָט גלײַך אַנטדעקט זײַן דרך אין פּאָעזיע און איז פֿאַרבליבן אים געטרײַ זײַן גאַנץ לעבן. דערבײַ האָט ער געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אויף דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער דיכטונג, הגם זײַן הויפּט־שפּראַך איז פֿאַרבליבן רוסיש. אין אַ געוויסן זין האָט דווקא פֿרוג, ווי דער צוויי־שפּראַכיקער דיכטער, געדינט פֿאַר אַנ־סקין ווי אַ מוסטער אין זײַנע זוכענישן פֿון אַן אייגענעם סטיל, ניט געקוקט אויף דעם שטאַרקן פּסיכאָלאָגישן אונטערשייד צווישן אָט די צוויי מענער.
פֿרוגס פֿאַרשווינדן ווערן פֿונעם ייִדישן ליטעראַריש־היסטאָרישן האָריזאָנט איז אַ גרויסער אָנווער פֿאַר דער ייִדישער קולטור. ער איז געווען אַ שליסל־פֿיגור, וואָס האָט פֿאַרבונדן גאָר פֿאַרשידענע טענדענצן און שטרעמונגען; אַ פּאָפּולערער דיכטער, וואָס זײַן אמתדיקע וויכטיקייט האָט מען בפֿירוש ניט אָפּגעשאַצט.