פּובליציסטיק, געשיכטע
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ באַנסטאַנציע אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, 1930ער יאָרן
אַ באַנסטאַנציע אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, 1930ער יאָרן

ס’איז שוין שפּעט נאָך האַלב־נאַכט און כאָטש אַלע גלידער דרימלען שוין, נאָר צו קיין עכטן שלאָף קומט עס דערווײַל ניט. צו דער צענטראַלער הערצל־גאַס, וווּ בײַ טאָג ווימלט און שווימלט מיט מענטשן, אויטאָמאָבילן איז ניט מער ווי דרײַ־פֿיר מינוט גאַנג, נאָר איצט לאָזט זי זיך ניט הערן. בלויז אַ פֿאַרשײַט ווינטל גיט זיך אײַן, שוואַך פֿײַפֿנדיק, דורכקלײַבן דורכן האַלב־אָפֿענעם פֿענצטער. איך האַלט זיך אין איין איבערקערעווען פֿון איין זײַט אויף דער צווייטער: אַהין־אַהער; אַהער־אַהין. עס העלפֿט ניט. קען זײַן, אַז כ’וואָלט אין גיכן זיך מײַנס דערשלאָגן, נאָר פּונקט ווי אויף צו־להכעיס האָט אין הויף, הויך אויף אַ קול, מיט ווייטיק און פֿאַרדראָס, זיך צעקאַניוטשעט אַ הונט. אַזוי האָט זיך עס געצויגן ביז עמעצער האָט אויף אים שטרענג אָנגעשריִען און גלײַך איז געוואָרן אויס. דער כּלבֿ איז שוין, זעט אויס, אָנגעלערנט און ווייסט וואָס מע קען צו מאָל דערוואַרטן, אויב ניט פֿאָלגן.

ניט דער הונט מיט זײַן קאַניוטשען איז שולדיק אין דעם, וואָס די נאַכט אָן שלאָף וועט זיך נאָך לאַנג ציִען. איך בין נאָך ניט אָפּגעקילט פֿון די שוין אָנגעשריבענע זכרונות, און האַלט זיך נאָך אין איין ווײַטער קלערן, אין איין אומקערן זיך צו מײַנע יוגנט־יאָרן. געוויינטלעך דערציילט זיך אַזוינס ייִנגלש־שטיפֿעריש און פֿאַרוואָס טאַקע ניט. נאָר דאָ, כאָטש ס’איז אויך דאַן געווען פֿון וואָס הנאה האָבן; הנאה, ווײַל יוגנטלעכער ברען האָט געשפּרודלט מיט פֿרייד און מע איז געווען גליקלעך, נאָר די וואָגשאָלן, וואָס געבן דאָס רעכט אורטיילן, ווײַזן אָן אויף פֿיל מער שלעכטס ווי גוטס. אונדזער וועלט איז פֿאָרט געווען ענג און פֿינצטער.

...מיר גייט דאָס פֿופֿצנטע יאָר. ניט נאָר איך ווייס ווי מע אַקערט, זייט, דרעשט, סקירדעוועט, נאָר איך אַליין בין שוין אַ קענער אין די אַלע אַרבעטן. אַזוי פֿירט זיך ניט, נאָר אין דעם פֿאַל וועט מיר אויסקומען זיך אַליין אויסמאָלן. געבויט אין דער מאָס: ניט איבעריק הויך, ניט איבעריק נידעריק. אויפֿן קאָפּ זייער געדיכטע, קורצע, שוואַרצע האָר, ווי בײַ אַ שטעכלער. קיין ווײַסן פּוך אויף די באַקן פֿאַרמאָג איך שוין ניט. שוין געקושט אַ קלאַס־חבֿרטע. נאָכן ערשטן קוש איז זי פֿון מיר אַנטלאָפֿן און עטלעכע טעג מיך אויסגעמיטן. צום צווייטן מאָל האָט זי מיר אַליין געענטפֿערט מיט אַ קוש און ניט מיט איינעם.

אַ לערערין אין אַן אָנפֿאַנג־שול איז זי דערנאָך געווען. חיים ביידער, וואָס האָט נאָכן פֿאַרענדיקן די ייִדישע אָפּטיילונג בײַם אָדעסער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, געאַרבעט אין אונדזער סטאַלינדאָרפֿער ראַיאָן, האָט מיר דערציילט, אַז אַ לערערין איז זי געווען זייער אַ גוטע.

אויב נאָך וועגן זיך, איז ווי מיר דאַכט זיך, בין איך ניט געווען קיין צעקראָכענער, קיין נאָכגיביקער און אַוודאי ניט פֿון די וואָס אָן אַ גאַל, ווייך ווי גומיאַראַביק. קליינע קינדער האָב איך שטענדיק ליב געהאַט. ניט פֿון די וואָס האָבן געהאַלטן פֿון קריגן זיך, ווער רעדט שוין פֿון שלאָגן זיך, נאָר ווען ס’האָט געהאַלטן בײַ קלעפּ, פֿלעג איך זיך ניט אָפּטראָגן. קיין זײַדענע יונגע־מאַנטשיקעס זײַנען בײַ אונדז ניט געווען.

ביז דעם ווי מיר זײַנען איבערגעזעטיקט געוואָרן פֿון הונגער, פֿלעג איך ניט באַמערקן ווי דער טאָג סטײַעט ניט. מע קען זאָגן, בײַנאַנד מיט דערוואַקסענע געלייגט דעם פֿונדאַמענט פֿון ייִשובֿ. זומער, באָרוועס, אין הויך־פֿאַרקאַטשעטע הויזן, די אַרבל ביז איבער די עלנבויגנס. קיין פֿינף־פּודיקע זעק האָב איך נאָך ניט געטראָגן, נאָר אַ קאָראָמיסלע מיט צוויי פֿולע עמער וואַסער, דאָס יאָ.

...דאָס אַלץ איז אַ מינדסטער חלק פֿון מײַנע נאַכט־טראַכטענישן. מאָרגן וועל איך זיי ווי דורך אַ געדיכטער זיפּ דורכזיפּן און אויב אויפֿן דנאָ וועט עפּעס איבערבלײַבן, וועל איך עס איבערטראָגן אויף פּאַפּיר ווי אַן אַדערויף פֿאַר מײַנע שרײַבעכצן וואָס ווערן אָנגערופֿן "אויסדערוויילטע דערמאָנונגען". (דאָס אויבן געזאָגטע קערט זיך גיכער אָן צום שאַפֿערישן פּראָצעס פֿון אַ שרײַבער וואָס אין דעם פֿאַל דריקט ער אויס זײַן געמיט מיטן ייִדישן אות. ווי עמעצער זאָל מיך שלעפּן פֿאַרן צונג וועל איך צוגעבן עפּעס איבעריקס: אַפֿילו ווען איך דערצייל וועגן רעאַלע געשעענישן, פֿאַקטן, קען איך, דער שרײַבער, זיך ניט באַגיין אָן אויסטראַכטענישן. די לבֿנה וועט שײַנען ווען דער סיפּור־המעשׂה פֿאָדערט עס. דאָס איז אָבער אַ טעמע פֿאַר זיך). דערווײַל בין איך נאָך אויג אויף אויג מיט דער ישׂראלדיקער נאַכט, מיט איר צײַטווײַליקער פֿאַרגליווערטער שטילקייט.

אַלץ האָט אַ סוף. איך בין אַנטשלאָפֿן געוואָרן און פֿאַרשלאָפֿן, ווען ס’האָט אָנגעהויבן שאַריִען אויף טאָג, דעם זון־אויפֿגאַנג. זיך אויפֿגעכאַפּט אַ צעטומלטער, ווי מיט אַן אײַנגעשאַפֿענעם אײַזנבאַן־בילעט וואָלט איך פֿאַרשפּעטיקט און מײַן צוג איז שוין אָפּגעגאַנגען. אויף גיך עפּעס איבערגעכאַפּט, אויסגעטרונקען מײַן טעפּעלע קאַווע, וואָס אָן קאָפֿעיִן, בייז אָפּגעענטפֿערט פֿאַרוואָס אַזאַ אײַלעניש, כאַפּעניש און פֿאַר דער פּען.

איז זײַט וויסן: געדאַנקלעך בין איך נאָך אַלץ אין מײַן דאָרפֿישער היים. איך קלײַב זיך אַוועקפֿאָרן און בין שוין איבערגעפֿולט מיט בענקעניש. געזעגענען זיך איז אַרײַנגעקומען מײַן פֿעטער אַבא־הערש, מײַן טאַטנס אַ לײַבלעכער ברודער, די פֿערטע שטוב פֿון אונדז וווינט ער. אויף וויפֿל איך קען אורטיילן איז ער אַ געלאַסענער, אַ באַדאַכטער, וואָס וואַרפֿט זיך ניט גלאַט אַזוי מיט ווערטער. וויפֿל איך געדענק אים שרײַבט ער אויס און לייענט אַ צענטראַלע ייִדישע צײַטונג און גלייבט אין דעם וואָס ער לייענט פֿון דאָרט אויס. ווען ער האַלט שוין בײַם אַוועקגיין חזרט ער צוויי מאָל איבער איינע און די זעלבע ווערטער:

— ווען סטאַלין זאָל וויסן צו וואָס מע האָט אונדז, האָרעפּאַשניקעס, דערפֿירט!

ווען סטאַלין זאָל וויסן...

דעם דאָזיקן, הײַנט אומגלייבלעכן זאָג, האָט מען דאַן געקענט אָפֿט הערן. מע האָט ווי פֿאַרכּישופֿטע געגלייבט, אַז אַלע ווילדע שלעכטקייטן ווערן אָפּגעטאָן אָן סטאַלינס וויסן. דער הויפּט־כּישוף־מאַכער איז געווען ער, סטאַלין, אַליין. האָט מען אויסגעפֿילט איינע פֿון זײַנע אָרדנטלעכע רוצחישע קאָמאַנדעס, אַזוי פֿלעגט ער אַרויפֿוואַרפֿן די שולד אויף זײַנע געטרײַע מיטהעלפֿער און אַזוי ביז אַ נײַער, מער רישעותדיקער אַקציע. אַזוי איז געווען. נאָך אַ מין געווען.

ווי ווײַט די צײַט זאָל ניט זײַן, נאָר זי לאָזט זיך בלעטערן, דערמאָנען, נאָכגיין די שפּורן, אַפֿילו די קלאַנגען פֿון דעם וואָס געווען. ניט נאָר איך הער דאָס טאַראַכקען פֿון יענע טראַקטאָרן, דאָס הודיען פֿון ווייעלקעס. איך זע, ווי דאָס וואָלט ערשט נעכטן געווען, די אויסגעשײַערטע מידניצע, די מאַקיטרע, די לאַדישקע. ביז הײַנט איז עס פֿאַר מיר ניט קיין פֿאַרשטאָרבענע פֿאַרגאַנגענהייט.

מיטן ברונעם האָב איך געוווּסט ווי זיך שיידן. כ’האָב אים וויפֿל געקענט אַרומגענומען, אָראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ און עטלעכע מאָל אַרײַנגעהוקעט און אין אוניסאָן אַ פֿײַף געטאָן. ס’איז צו מיינען, אַז דער ברונעם האָט מיך ווי געהעריק פֿאַרשטאַנען. אַלנפֿאַלס, מיר האָט זיך אויסגעוויזן, אַז אַ ביסל שטילער, נאָר ער האָט מיר אָפּגעענטפֿערט אין איינקלאַנג.

דאָס איז מיטן ברונעם. און ווי מיט די פֿויגל־וווינונגען, קײַלעכדיקע שוואַרצע נעסטן־קאָמוניקאַציעס, מײַסטעריש אויסגעקנאָטענע פֿון בלאָטע מיט שטרויעלעך. שפּינדעלעך. איין מאָל און אויף שטענדיק. איך האָב פֿאַרגעדענקט ווי פֿייגעלעך רײַסן זיך בײַ די טשובן און ווי ליבלעך זיי פּיסקלען זיך. די קליינינקע שוועלבעלעך מיט די ברייט צעעפֿנטע מײַלעכלעך, כאָטש לייג אַהין אַרײַן אַ גראָשן און זאָל זיך עס קויפֿן אַ צוקערקע צו סמאָקען. אַ צוויטשערל, וואָס האַלט אין איין טרייסלען מיטן קעפּל. גראָד בײַ זיי איז עס ניט נאָר פֿאַרגאַנגענהייט. אַזוי איז געווען, און וועט זײַן ביז די וועלט איז אַ וועלט.

אָט דאָ אין שטאַל זײַנען געשטאַנען די פֿערד, בולאַנע און ליסע, ווען זיי זײַנען נאָך געווען אונדזערע אייגענע. די בײַטש איז געוויינטלעך נאָר אויף אָנשרעקן. געהאָדעוועט מיט האָבער, קלײַען און גוט־שמעקנדיקע מישענינע פֿון סילאָס־טורעם. די פֿעל האָט בײַ זיי שטענדיק געגלאַנצט. איך שרײַב און הער, ווי נאָכן טרייסל מיט די רימענע לייצעס און לײַכטן אויסגעשריי "וויאָ בולאַנע, וויאָ ליסע!" הייבן אָן טראַסקען די רעדער, אָדער דער שליטן לייגט דורך מיט איר אייגנאַרטיקן קרעכץ אַ קאָליע אין פֿרישן שניי.

און ווען וועל איך ווידער זען אַ געבראָכענע שורה בושלען. ס’הייסט וואָס מיר בושלען. עך, איבעריקע רייד. די מאַמע מיטן טאַטן, וועמענס לעבן, מע קען זאָגן, מע האָט פֿאַרסמט. אָט שטייט זי, אין איר פּליושן סעקל, און פֿאַרבעט די בעט. זי וויל מיר מיטגעבן איר גאַנץ פֿאַרמעגן. אַ גילדן חופּה־יחידישן פֿינגערל, נאָר צונעמען וועט עס אין יאָרן אַרום, אַ דײַטשישער סאָלדאַט פֿון אײַנזאַץ־איינהייט נומער 6, אַ קאָמאַנדע, פֿאַר פֿריִער אויסגעשולטע מערדער, וועלכע האָבן אויסגעהרגעט די ייִדן אין אונדזער ראַיאָן. איך ציטיר די ערשטע שורות פֿון ראַפּאָרט, וואָס דער שעף פֿון דער איינהייט האָט מיטגעטיילט אַדאָלף אײַכמאַנען.


ייִדישע קאָלעקטיווע ווירטשאַפֿטן: צווישן קריוואָראָג און דניעפּראָפּעטראָווסק זײַנען פֿאַראַן ייִדישע ווירטשאַפֿטן, אין וועלכע ניט נאָר די דירעקטאָרן זײַנען ייִדן, די גאַנצע אַרבעטער־קראַפֿט איז אַ ייִדישע.

די אײַנזאַץ־איינהייט נומער 6 האָט אין דעם פֿאַל באַשלאָסן דערווײַל אויסצומײַדן צו דערשיסן די דאָזיקע ייִדן, כּדי זיי דערמעגלעכן אַראָפּנעמען די רײַכע גערעטעניש און דערנאָך פֿאַרניכטן. די ייִדישע לייטונג איז שוין ליקווידירט און פֿאַרביטן...


אַ דאָקומענט וואָס טוט אַ צופּ בײַם האַרצן און ס’איז נאָר צום באַדויערן וואָס אונדזער יוגנט ווייסט זייער ווייניק וועגן דער פֿאָלקס־קאַטאַסטראָפֿע און אַרויסגעוויזענעם ייִדישן ווידערשטאַנד.

דער טאַטע... קען אויך ניט באַגיין זיך אָן אַרבעט. איצט שטייט ער אײַנגעבויגן און סטאַרעט זיך אײַנברעכן אַ שטיק געפּרעסטע מאַקוכע, כ’זאָל נעמען מיט זיך.

איין גאָט ווייסט וויפֿל דאָס קאָסט זיי געזונט, נאָר פֿון שטוב באַגלייט מען מיך אָן געוויין. איין ביטע ווערט איבערגעחזרט עטלעכע מאָל: כ’זאָל זײַן געהיט און שרײַבן אָפֿטע, גענויע בריוו און ניט קיין שורה־גריסלעך. נאָך אַ מינוט שטילשווײַגן, פֿאַרריכט אין דעם רוקזאַק אויף מײַן וואַטאָווע רעקל און די פֿאָכענדיקע הענט פֿאַרבײַטן אַלע ווינטשעוואַניעס מיט אַ מאָל. ס’איז אויס מיט מײַנע קינדערשע אַמאָלן.


אין וועג

קיין לאָשקאַריאָווקע גיי איך. אַ קליינינקע אײַזנבאַן־סטאַנציע, מע קען זאָגן אַ פּאָלוסטאַנאָק, וווּ איין מאָל אַ מעת־לעת, שפּעט אין אָוונט, שטעלט זיך אָפּ אַ פּאַסאַזשיר־צוג כערסאָן־דניעפּראָפּעטראָווסק. גיין קומט מיר אויס בײַ אַכצן קילאָמעטער. דער וועג איז מיר גוט באַקאַנט, ווײַל דאָרט געפֿינט זיך דער עלעוואַטאָר, וווּהין מען פֿלעגט אַרויספֿירן די זערנער־קולטורן פֿאַר דער מלוכה. וואָלט דאָס געווען מיט אַ יאָר צוריק, און ניט ווינטער, וואָלט איך זיך געקענט דערקלײַבן פֿאַר פֿיר, פֿיר מיט אַ האַלבער שעה. דאָס מאָל האָט מײַן גיין פֿאַרנומען צוויי מאָל מער. געעפֿנט די וואָקזאַל־טיר און זיך אָנגעשפּאַרט אין דער וואַנט. די קאַסע האָט באַדינט נאָר די, וועלכע האָבן פֿאַרמאָגט קאָמאַנדירונגס־שײַנען און גלײַך איז אויפֿגעהאָנגען געוואָרן אַ שילדל: "קיין בילעטן זײַנען ניטאָ".

אַ פֿרוי מיט אַ שאַרפֿער צונג האָט אויסגעזידלט דעם קאַסיר, וואָס אין דעם מאָמענט האָט ער אָנגעטאָן אַ רויט היטל, ווי אַ דעזשורנער פֿון וואָקזאַל, און מיר האָט זי אַ זאָג געטאָן:

— זאָרג זיך ניט. מיר וועלן אַלע אַוועקפֿאָרן. געלט וועלן מיר צאָלן דעם קאָנדוקטאָר.

איך האָב איר געהאָלפֿן אַרײַנטראָגן אין וואַגאָן אירע פּעק און צוגעזאָגט העלפֿן אין שטאָט זיך דערקלײַבן צום מאַרק. בײַם קאָנדוקטאָר אין קאַבינע האָט נאַטאַליע, אַזוי, דאַכט זיך האָט מען זי גערופֿן, זיך אַוועקגעזעצט ווי בײַ זיך אין דער היים, באַצאָלט אים מיט אַ פּאָר רובל מער ווי פֿאַר איין בילעט, אָנגעוויזן אויף מיר וואָס בין געשטאַנען פֿון יענער זײַט טיר, און געמאָלדן:

— דאָס איז פֿאַר אונדז ביידן.

שטיל, אַז קיינער זאָל ניט הערן, נאָר ס’איז אַוועק אַ קריגערײַ צווישן זיי ביידע. אַ קריגערײַ מיט אַ סטראַשונעק, אַז אויף דער קומענדיקער סטאַנציע וועט ער מיך פֿון וואַגאָן אַרויסזעצן. פֿאַרענדיקט האָט זיך מיט אַ פֿײַג, וואָס מײַן נײַע באַקאַנטע האָט אים אונטערגעטראָגן אונטער דער נאָז.

דאָס איז אײַך שוין ניט קיין שול־יאָרן. קיין נאָכפֿאָלגער פֿון אַזוינע טיפּן דאַרף מען ניט זײַן, נאָר ס’איז געווען אַ לערן־קעגנשטאַנד וואָס איז געקומען פֿון יענעם און, דאַכט זיך, ניט נאָר פֿון יענעם לעבן.

נאַטאַליעס גוטסקייט צו מיר איז געקומען ניט גלאַט אַזוי. ווי זי האָט מיר אין וואַגאָן דערציילט, איז ניט לאַנג צוריק מיט איר פֿאָרגעקומען אָט וואָס: בײַם אָנקומען גאַנץ פֿרי אויפֿן וואָקזאַל האָט זי זיך צונויפֿגערעדט מיט אַ באַגאַזש־טרעגער ער זאָל איר איבערפֿירן די פּעק אויפֿן מאַרק. ווי נאָר זיי האָבן זיך אויסגעגלײַכט מיט אַ קראָם איז ער אײַנגעשטאַנען זי זאָל אים קויפֿן עפּעס נייטיקס.

אין אַ סאָוועטישער קראָם האָט מען אָן אַ ריי געקענט נאָר קוקן און ניט קויפֿן. אַ צווייטע, און צו מאָל אַ מער גרעסערע ריי האָט מען באַדאַרפֿט אויסשטיין צו דער קאַסירשע, נאַטאַליע האָט זיך ספּראַוועט, פֿאַרהעלטענישמעסיק גיך, דער באַגאַזש־טרעגער נאָך גיכער. זײַן אָרט איז פֿאַרקילט געוואָרן. ס’הייסט גיי זוך אים. און אויב יאָ, איז סײַדן מיט אַ שפּירהונט. זי האָט נאָך געהאָפֿט. פֿאַר דעם ווי זי האָט אים איבערגעלאָזט אַליין, האָט זי אויף זײַן וועגעלע אַוועקגעלייגט איר קויש, וואָס די גאַנצע צײַט האָט זי אַליין געטראָגן, און אויף יעדן פֿאַל זיך אײַנגעקוקט אין דעם נומער וואָס אויפֿן זשעטאָן, וואָס יעדער אַזאַ טרעגער האָט געטראָגן. דער נומער איז געווען אַ פֿאַלשער. אַליין אויפֿן מאַרק האָט נאַטאַליע ניט געהאַנדלט. איך בין בײַגעווען אין שטיבל, וווּ זי האָט איר סחורה פֿאַרקויפֿט. אין די פּעק איז געווען: נײַע און מער ניט נײַע קליידער, שוכוואַרג, אַ קאָמפּלעט זילבערנע לעפֿעלעך, אַ גאַנצע פּותּיקי האָט זי באַקומען נאָר פֿאַר דעם אַלטן טכוירענעם טולופּ. דער וואָס האָט בײַ איר געקויפֿט די סחורה האָט געפֿרעגט:

— אַוווּ האָסטו אײַנגעהאַנדלט דעם טולופּ?

— אין אָזעטאָווקע, — איז געווען איר ענטפֿער.

אים האָט דער נאָמען גאָרניט געזאָגט. געווען איז עס אַ ייִדישער ייִשובֿ, כּמעט בײַנאַנד מיט דער סטאַנציע לאָשקאַריאָווקע. געצאָלטס האָט נאַטאַליע באַקומען ניט נאָר מיט געלט, נאָר אויך מיט פּראָדוקטן. דאָרט וווּ מענטשן פֿלעגן שטאַרבן פֿון הונגער, האָבן אַנדערע זייער גיך אָנגעלעבט אַ פֿאַרמעגן. אַ געשעפֿטל, וואָס ניט צום אויסוואָרצלען. אַזוי גייט דאָס אויף דער וועלט.

צוגן מיט פּאַסאַזשירן קיין און דורך כאַרקאָוו האַלטן אין איין אָפּגיין. דערבײַ זײַנען פֿאַראַן אויך אַזוינע, וואָס ווערן פֿאָרמירט דאָ אויפֿן אָרט און איך סטאַרטשע דאָ דעם צווייטן מעת־לעת און קען זיך פֿון אָרט ניט רירן. די רייען אין די קאַסעס האַלטן אין איין וואַקסן. מע זאָל יעדן איינעם פֿאַרשרײַבן זײַן נומער אויף דער האַנט, צו דעם האָט מען זיך נאָך דערטראַכט. אַזוי וועט זײַן, נאָר מיט פֿיל יאָרן שפּעטער. צרהדיקע צײַטן לערנען. דערווײַל פֿאַרמאָגן מיר קאַרטאָנדלעך מיט נומערן.

ווי נאָר די נאַכט ווערט צערונען, קאָנטראָלירט מען צי יעדער איז דאָ אויף זײַן אָרט. ניטאָ דער נומער, ניטאָ דער מענטש. מע מעקט אים אויס. די וואָס זײַנען יאָ דאָ, געפֿעלט עס, נעענטער צום קאַסיר. ווען אין פֿופֿצן מינוט אַרום וועלן די מערהייט פֿון די אויסגעמעקטע, פֿאַרסאָפּעטע, פֿאַרשוויצטע קומען און זיך אָנהייבן פֿאַרענטפֿערן "ס’איז נאָך קיין טראַנספּאָרט ניט געווען", "ס’איז, ס’איז..." וועט דער אָדער די, וואָס האַלטן דאָס צעטל אין האַנט אָפּענטפֿערן: "מיר מאַטערן זיך דאָ, איז מיט וואָס זײַט איר בעסער?"

אויסגעמעקט איז אויסגעמעקט. אַוודאי זײַנען דערבײַ געווען אויך אַזוינע וואָס פֿלעגן שעמעוודיק אַראָפּלאָזן די קעפּ. זעלטערנער, נאָר ס’האָבן זיך אויסגעזוכט אויך אַזוינע, וואָס פֿלעגן פּראָטעסטירן קעגן אַזאַ אומרעכט און דערמאָנען וועגן מענטשלעכן געוויסן.

דער וואָקזאַל איז אָנגעשטאָפּט מיט מענטשן. אין דרויסן איז אַ פֿראָסט און דאָ איז איבעריק וואַרעם, דושנע. בײַ דער פֿרוי, וואָס זיצט בײַנאַנד מיט מיר, פֿעלט אויס אָטעם. מיך בעט זי, כ’זאָל נאָכקוקן נאָך איר טשעמאָדאַנדל. פֿון דער צווייטער זײַט זיצט אַ בוכאַרער ייִד. אַז ס’זײַנען פֿאַראַן אויך אַזוינע ייִדן האָב איך קיין אַנונג ניט געהאַט. ווי ער דערציילט איז ער אַ באַזאָרג־אַגענט און געפֿינט זיך מער אין וועג, ווי בײַ זיך אין דער היים. קויפֿן אַ בילעט קען ער. אַ קאָמאַנדיראָוואָטשנע־שײַן ליגט בײַ אים אין קעשענע, נאָר עמעצער דאַרף צו אים אַהערקומען.

אַן אײַנדרוק מאַכט ער פֿון אַ צוגעלאָזטן מענטשן, וואָס איז געוויינטלעך אין אַ גוטער שטימונג. ער האַלט אין איין דערציילן מעשׂיות, אַנעקדאָטן, נאָר צו מיר דערגייען זיי ניט. גיי ווייס, וואָס אמת, וואָס ליגן. נאָך אַ סיבה: מײַן רוסיש הינקט שטאַרק און זײַנער נאָך מער. בײַ מיר האָט ער אויסגעפֿרעגט ווער איך בין, פֿון וואַנען, דערנאָך האָט ער צעעפֿנט זײַן פּוכקע פּאָרטפֿעל, ניט אָפּגעשניטן, נאָר אָפּגעבראָכן אַ שטיק וווּרשט און דאָס זעלבע האָט ער דורכגעמאַכט מיט אַ האַלב לעבל ברויט. כ’האָב אַרויסגענומען מײַן בײַטעלע צעצאָלן זיך, האָט ער מיר לײַכט אַ קלאַפּ געטאָן איבער דער האַנט. מיר האָט ער פֿאָרגעלייגט כ’זאָל אים גיבן מײַן צײַגעניש, אַרויסגעגעבן פֿון דאָרפֿראַט, און ער וועט זיך פּרוּוון מיר קריגן אַ בילעט.

דער בוכאַרער ייִד האָט עמעצן דערזען, אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט און איבערלאָזנדיק זײַן פּאָרטפֿעל אַוועק אַנטקעגן דעם "עמעצן". מײַן שכנה, לויטן אויסזען אַן איידעלע רוסישע פֿרוי, האָט אויסגעקערט צו מיר דעם קאָפּ און שטיל אַ זאָג געטאָן:

— געמאַכטע, אָדער גאָר פֿאַלשע פֿרײַנדשאַפֿט, — און אין עטלעכע מינוטן אַרום, — מיט קיין דאָקומענטן וואַרפֿט מען זיך ניט.

דעם אמת געזאָגט, האָב איך שוין אַליין אויך כּמעט אַזוי געקלערט. ס’איז פֿאַרבײַ העכער אַ שעה און אויב זיך קלאָגן איז צום פּאָרטפֿעל. זײַן באַלעבאָס איז ווער ווייסט וווּ און אים, דעם פּאָרטפֿעל, האַלט איך בײַם הענטל, ער זאָל, חלילה, אויך ניט סטײַען. די שכנה האַלט, אַז איך דאַרף אים אָפּגעבן דעם דעזשורנע פֿון וואָקזאַל און אומבאַדינגט מעלדן, אַז כ’בין פֿאַרבליבן אָן אַ דאָקומענט. אַנדערש, זאָגט זי, וועט מען מיר קיין בילעט ניט פֿאַרקויפֿן.

מעגלעך, אַז ווען ס’זאָל פֿאַרבײַ נאָך אַ שעה, וואָלט איך טאַקע אַזוי געטאָן, נאָר ער איז געקומען. מיר האָט ער אָנגעוויזן אויפֿן לאָזונג, וואָס אויף דער אַנטקעגנדיקער וואַנט און מיט זײַן אַרט ריידן געלייענט:

— "אויספֿילן און איבעראויספֿילן דעם פּלאַן פֿון ערשטן פֿינפֿיאָר".

מיר האָט ער דערלאַנגט אַן אײַזנבאַן־בילעט דניעפּראָפּעטראָווסק־כאַרקאָוו און צוגעגעבן, אַז אָנגעקומען איז עס אים גרינג, ווײַל הײַנט וועט זײַן אַ צוגאָב־צוג און די מערהייט וואָס געפֿינט זיך דאָ וועלן אַוועקפֿאָרן. אויפֿן דיל זײַנען געלעגן אויך אַזוינע וואָס ס’איז שווער געווען זיך פֿאָרשטעלן ווי זיי וועלן זיך צום צוג דערקלײַבן. אין זייערע אויגן איז ניט געווען קיין סימן פֿון אַלקאָהאָל־פֿײַערלעך. אויפֿגעשוואָלן זײַנען זיי געווען ניט פֿון שיכּרות, נאָר פֿון הונגער.

(המשך קומט)