|
אַ שול אין דעמיעווקע, 1911, אין וועלכער העברעיִש איז געווען די לערן־שפּראַך |
Credit: Abraham Shulman |
אין דער געשיכטע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור שפּילן באַזונדערס אַ גרויסע ראָלע די "זיבן גוטע יאָר" ערבֿ דער ערשטער וועלט-מלחמה. אַ צײַטונג-אַרטיקל איז ניט קיין אָרט פֿאַר אַנאַליזירן אַלע פֿאַקטאָרן, וועלכע האָבן געמאַכט יענע צײַט פֿאַר אַ בלי-תּקופֿה פֿון ייִדיש-קולטור. דאָך מוז איך דערמאָנען די וויכטיקייט פֿון דער וואַקסנדיקער ראָלע פֿון ייִדיש ווי אַן "אינסטיטוציאָנעלע שפּראַך", דאָס הייסט, אַז פֿאַרשיידענע אָרגאַניזאַציעס — פּאָליטישע, געזעלשאַפֿטלעכע, קולטורעלע — האָבן אַלץ מער גענוצט ייִדיש אין זייער אַקטיווקייט. געטאָן האָבן זיי דאָס צוליב פֿאַרשיידענע סיבות. צו מאָל האָבן זיי אַפֿילו ניט געהאַט אין זינען קיין אידעאָלאָגישע כּוונות, נאָר פּשוט אָפּאָרטוניסטיש געמוזט האָבן די שפּראַך ווי אַן עפֿעקטיוון מיטל פֿאַר דערגרייכן געוויסע צילן. אָבער אַזוי צי אַזוי איז ייִדיש געוואָרן ברייט גענוצט אין פֿאַרשיידענע נײַע געביטן פֿון ייִדישן לעבן; בפֿרט אין אַזעלכע, וווּ מע האָט געדאַרפֿט קומען צו אַ געדרוקט וואָרט. גלײַכצײַטיק, זײַנען אַלץ שטאַרקער געוואָרן די קרײַזן, אין וועלכע ייִדיש איז געשטעלט געוואָרן אין דעם סאַמע צענטער פֿון נאַציאָנאַלע אידעען. אַרום ייִדיש זײַנען גיך געוואַקסן רישטאָוואָניעס פֿון ייִדישער נאַציאָנאַלער בויונג.
קיין נאַציאָנאַלע בויונג קען זיך ניט באַגיין אָן נאַציאָנאַלער בילדונג. און אין יענער צײַט האָבן זיך באַוויזן די ערשטע סטאַבילע ייִדישע לערנשולן. פֿאַר אַ יאָרן האָט מען אָפּגעמערקט הונדערט יאָר זינט אין ניו-יאָרק איז געשאַפֿן געוואָרן די ערשטע ייִדישע שול. הײַיאָר קען מען אָפּמערקן אַן ענלעכן יובֿל פֿון ייִדישער בילדונג אין מיזרח-אייראָפּע, וווּ ס’איז געווען ניט צו פֿאַרגלײַכן שווערער דורכצופֿירן אַזאַ אונטערנעמונג, ווײַל די רוסישע געזעצן האָבן ניט דערלויבט עס צו טאָן. נאָציאָנאַלע שולן וועט מען אין צאַרישן רוסלאַנד דערלויבן צו עפֿענען ערשט אין אַ פּאָר יאָר אַרום.
די פּיאָנערישע ייִדישע בילדונג-אינסטיטוציע — אַ שול פֿאַר מיידלעך — האָט מען געעפֿנט לעבן קיִעוו (הײַנט איז עס אַ געגנט פֿון דער אוקראַיִנישער הויפּטשטאָט), אין דעמיִעווקע. אָט ווי עס האָט וועגן דער דאָזיקער שול זיך שפּעטער דערמאָנט יהושע ליובאָמירסקי (1884—1977), דעמאָלט אַ סטודענט פֿון דעם קיִעווער קאָמערץ-אינסטיטוט און שפּעטער אַ באַקאַנטער סאָוועטיש-ייִדישער טעאַטער-קריטיקער (פֿון זײַן בוך "אויף די לעבנסוועגן", וואָס איז אַרויס אין מאָסקווע אין 1976):
1911. איינער פֿון די קיִעווער ראַנדן, וואָס איז געווען באַוווּסט אונטערן נאָמען "דעמיִעווקע". דאָ האָט דעמאָלט עקזיסטירט אַ געהיימע שול פֿאַר ייִדישע קינדער, וווּ אַלע לימודים האָט מען געפֿירט אויף ייִדיש. מיר איז אויסגעקומען צו זײַן אין דער זעלבער שול אַ לערער פֿון ייִדיש און געשיכטע פֿון ייִדן. דער היגער פּריסטאַוו (פּאָליציאַנט) האָט וועגן דער שול געוווּסט, נאָר ער האָט זיך ניט וויסנדיק געמאַכט. אַ פּשוטער שׂכל: אַ היפּשער מתּנת-יד (כאַבאַר) האָט אים בלינד, טויב און שטום געמאַכט. קורץ גערעדט — פּאַראַליזירט זײַן פּאָליציייִשן שמעקער.
אין דער זעלבער דעמיִעווקע פֿלעגן פֿון צײַט צו צײַט פֿאָרקומען אומלעגאַלע ליטעראַריש-ייִדישע באַגעגענישן. דער קאָכלעפֿל איז דאָ געווען דער קולטור-טוער ברוך שוואַרצמאַן (אַ סטודענט פֿונעם קיִעווער קאָמערץ-אינסטיטוט). אויף אָט די אָוונטן פֿלעגט דאָ דער יונגער בערגעלסאָן לייענען קאַפּיטלען פֿון זײַן נײַעם ראָמאַן, וואָס איז שפּעטער געדרוקט געוואָרן אינעם קיִעווער אַלמאַנאַך "אייגנס" אונטערן קעפּל "אָפּגאַנג". מיר האָבן, זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, מיט גרויס אינטערעס זיך אײַנגעהערט אין זײַן לייענען. אָבער נאָך מער טשיקאַווע זײַנען פֿאַר אונדז געווען בערגעלסאָנס אַנעקדאָטן און מינדלעכע סצענעס פֿונעם אַלטפֿרענקישן ייִדישן שטייגער. ער פֿלעגט זיי בריהש, שטיפֿעריש דורכשפּילן. צו מאָל האָט עס אויסגעזען משונה-מאָדנע: אָט דער זעלבער מענטש, וואָס פֿלעגט בײַ אונדז אַרויסרופֿן אַזאַ האַרצקלעמעניש מיט די עלעגישע שטימונגען פֿון זײַן "אַרום וואָקזאַל", מיט דער טראַגיק פֿון זײַן נאָוועלע "דער טויבער", האָט זיך אַרויסגעוויזן ניט נאָר לעבנסלוסטיק, נאָר אַפֿילו ווי אַ קונדס, ווי אַ מין מאַרשאַלעק.
אַנדערע ייִדישע אַקטיוויסטן פֿון קיִעוו האָבן זיך אויך באַטייליקט אין דער אַרבעט פֿון דער נײַער שול. פֿאַר אירע תּלמידות האָט מען געשריבן לערנביכער. די דעמיִעווקער שול איז געוואָרן אַ קוזניע פֿון ייִדישע פּעדאַגאָגישע קאַדרען. ברוך שוואַרצמאַן, למשל, האָט נאָך דער רעוואָלוציע אָנגעפֿירט מיט דער ייִדישער קינדער-קאָלאָניע אין דעם ייִשובֿ מאַלאַכאָווקע, ניט ווײַט פֿון מאָסקווע. אין די 1930ער יאָרן איז ער געשטאַנען בראָש דעם ייִדישן פֿאַקולטעט בײַם מאָסקווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט.
אין דער אמתן, איז זייער ווייניק באַוווּסט וועגן דער דעמיִעווקער שול. צום באַדויערן, האָבן זיך ניט אָפּגעהיט קיין זכרונות פֿון די תּלמידות. לעצטנס האָב איך אין אַן אינטערנעץ-פּובליקאַציע געזען עמעצנס אַ השערה, אַז די שול האָט פֿונקציאָנירט נאָר זומער-צײַט. אין דעם רײַך-אילוסטרירטן באַנד A Century of Ambivalence, צונויפֿגעשטעלט דורך דעם פּראָפֿעסאָר צבֿי גיטעלמאַן, ווערט געבראַכט אַ פֿאָטאָ פֿון דער שול מיט אַן אונטערשריפֿט, אַז געלערנט האָט מען דאָרטן אויף העברעיִש.
הקיצור, בלײַבן אַ סך זאַכן גאָר ניט קלאָר. אָבער די דעמיִעווקער שול בלײַבט אַ סימבאָל אין דער געשיכטע פֿון מאָדערנער ייִדישער בילדונג. אפֿשר וועלן זיך אַ מאָל אויסזוכן אַנדערע פּרטים וועגן די ערשטע טריט אויפֿן וועגן צום שאַפֿן אַ ייִדישן שולוועזן.