פֿאָרווערטס - 115

(פֿון "פֿאָרווערטס", אַפּריל 17, 1912)

די "טיטאַניק", דער טיטאַן פֿון די דאַמפֿערס, די גרעסטע, בעסטע, טײַערסטע דאַמפֿשיף אין דער וועלט, דער לוויתן פֿון די ימים, האָט געמאַכט איר ערשטע רײַזע, איר "בתולה־רײַזע", איר "מײַדן־טריפּ" איבערן אַטלאַנטישן אָקעאַן און איז געזונקען אין דער טיפֿעניש.
אַן אײַזבאַרג, וועלכע די ים־שטורעמס האָבן פֿאַרטראָגן פֿון "ים־הקרח" אין אַטלאַנטיק איז איר מלאך־המוות געווען.
שיף און באַרג האָבן זיך באַגעגנט און צוזאַמענגעשטויסן. די קונסט, די טעכניק, די מענטשלעכע גאָונות האָט זיך געשטעלט פּנים אל פּנים מיט דער נאַטור און די לעצטע האָט געזיגט.
אַראָפּ איז זי אין דער טיפֿעניש מיט כּמעט נאָר איר לעבעדיקן און טויטן באַגאַזש. איבער 1,500 מענטשן האָבן געפֿונען זייער "אייביקע רו" אין דעם נאַסן בית־עולם.
פֿאַרשיידענע מענטשן האָט די "טיטאַניק" געפֿירט: די גליקלעכסטע און די אומגליקלעכסטע. דער צווישנדעק מיט דער ערשטער קאַיוטע זײַנען געווען געפּאַקט מיט שטערבלעכע. אין יעדער פֿון זיי איז געפֿאָרן מיט האָפֿענונג אין האַרצן און זענזוכט אין בליק צו באַגריסן די סטאַטוע פֿון דער פֿרײַהייט, איר גרויסן לאָמפּ, וואָס לײַכט און לאַכט צו די מענטשן, וואָס קומען אין איר האַפֿן.
אָבער אַנשטאָט צו זען אָט די גרויסע, געבענטשטע ליכט זײַנען זיי אַראָפּ אין אַ פֿינצטערן, נאַסן אָפּגרונט, פֿון וועלכן מען קומט ניט מער צוריק.

געשיכטע
דאָס מיידל האָט פֿאַרלוירן צוויי שוועסטער אינעם פֿײַער

דאָס פֿײַער אינעם טרײַענגל־שוירטווייסט־פֿאַבריק, דעם 25סטן מערץ 1911, איז געווען די גרעסטע פֿײַער־טראַגעדיע אין דער געשיכטע פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק. 146 יונגע מיידלעך, ס'רובֿ ייִדישע, זענען אומגעקומען ווען די טיר, וואָס האָט באַדאַרפֿט בלײַבן אָפֿן זיך צו ראַטעווען אין אַזאַ פֿאַל, האָבן די סוועטשאַפּ־באַלעבאַטים געהאַלטן פֿאַרשלאָסן.

צו יענער צײַט, האָט דער פּאָעט מאָריס ראָזענפֿעלד געאַרבעט אין "פֿאָרווערטס" סײַ ווי אַ זשורנאַליסט, סײַ ווי אַ פּאָעט. ער איז אָנגעקומען צו דער שׂרפֿה, ווען די טראַגעדיע איז נאָר פֿאָרגעקומען און געשריבן אַרטיקלען און לידער וועגן דער טראַגישער געשעעניש במשך פֿון עטלעכע וואָכן. מיר דרוקן זײַן ליד און דעם אַרטיקל, וואָס איז געווען געדרוקט אויף דער ערשטער זײַט פֿונעם "פֿאָרווערטס", אַ וואָך נאָך דער טראַגעדיע, דעם 5טן אַפּריל, 1911.