סאָניע גאַלאַנץ האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם אַפּריל אָרגאַניזירט “ייִדיש־ברייק" אין שיקאַגע, אַ גאַנצער סוף־וואָך פֿון ייִדישע אַקטיוויטעטן, וואָס האָט צוגעצויגן איבער 50 סטודענטן און יונגע ייִדיש־ליבהאָבערס. סאָניע גראַדויִרט דעם פֿרילינג פֿונעם שיקאַגער אוניווערסיטעט, וווּ זי שטודירט ייִדיש, און פֿאַרן קומענדיקן יאָר האָט זי באַקומען אַ “פֿולברײַט"־סטיפּענדיע, כּדי צו פֿאָרשן ייִדיש אין דײַטשלאַנד. מיר האָבן זי געבעטן זיך צו טיילן מיט אירע עצות פֿאַר אונדזערע לייענערס איבער דער וועלט, ווי אַזוי זיי קענען אויך אָרגאַנזירן אַ “ייִדיש־ברייק".


‫ייִדישע מאָזאַיִק

דער זשורנאַל “אויפֿן שוועל" גייט אַרויס אין ניו-יאָרק זינט יאָר 1940. זײַן אויפֿקום איז פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער טעריטאָריאַליסטישער באַוועגונג, אָדער — פּינקטלעכער — מיט דעם ייִדישן נעאָ-טעריטאָריאַליזם. די טעריטאָריאַליסטישע באַוועגונג איז געווען אַקטיוו, דער עיקר, אין די ערשטע צוויי יאָרצענדליק פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. זי האָט געהאַט פֿאַרשיידענע בײַ-שטראָמען: מאַרקסיסטישע, אַנאַרכיסטישע וכ׳. אָבער דער הויפּט-ציל איז, אין תּוך, געווען דער זעלבער: צו שאַפֿן ערגעץ אַ מדינה צי, לכל-הפּחות, אַן אויטאָנאָמע טעריטאָריע, און אויפֿצובויען דאָרטן אַ מאָדערנע נאַציאָנאַלע, ייִדיש-רעדנדיקע היים פֿאַר מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן.


קולטור־געשיכטע
הערמאַן בערנשטיין

א

די געשיכטע פֿון דער צײַטונג “דער טאָג" איז פֿאַרבונדן מיט הונדערטער יחידים, קודם-כּל, מיט די באַלעבאַטים, רעדאַקטאָרן און מחברים פֿון דער צײַטונג. אָבער — ווי אין יעדער געשיכטע פֿון אַ צײַטשריפֿט — שפּילט אַ באַזונדערע ראָלע דער ערשטער רעדאַקטאָר. זײַן נאָמען איז געווען הערמאַן בערנשטיין (1876—1935). ער איז געבוירן געוואָרן אין אַ שטאָט, וואָס האָט זיך געפֿונען אויף דער רוסיש-פּרײַסישער גרענעץ. איצט גייט דאָרטן דורך די גרענעץ צווישן ליטע און רוסלאַנד (די קאַלינינגראַדער געגנט). די שטאָט האָט געטראָגן עטלעכע נעמען: נײַשטאָט (אָדער נײַשטאָט-שירווינט), וולאַדיסלאַוואָוו, קודירקאָס נײַמעסטיס. צווישן די היגע ייִדן זײַנען געווען ניט ווייניק געבילדעטע מענטשן.


אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

"קינדער־צײַטונג", מאָנאַטלעכער זשורנאַל פֿאַר שול און היים, אַרויסגעגעבן פֿון אַרבעטער־רינג בילדונגס־קאָמיטעט; 21סטער יאָרגאַנג, 1955. זיך געשלאָסן אין 1983.


אַמעריקאַנער

פֿון וואָלף יונין

איינער איז אַ ייִד,
אַ צווייטער איז אַ קריסט,
און דריטער גאָר אַ מאַכמעדאַנער;
און יעדער זינגט זײַן ליד:
זײַ, דו, וואָס דו ביסט,
וועסטו זײַן דער ריכטיקער אַמעריקאַנער!