דער בנין פֿון ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין בוקאַרעשט

הײַיאָר ווערט געפֿײַערט דער 150סטער געבוירן־טאָג פֿון אונדזער נאַציאָנאַלן ייִדישן שרײַבער שלום־עליכם. די אונטערנעמונגען לכּבֿוד דער דאַטע קומען פֿאָר אין פֿאַרשיידענע שטעט און לענדער. מיט זײַנע אײַנדרוקן פֿון דער קאָנצערט־פּראָגראַם, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין בוקאַרעשט, רומעניע, טיילט זיך אונדזער קעשענעווער קאָרעספּאָנדענט סערגאָ בענגעלסדאָרף.


‫ייִדישע מאָזאַיִק

אַ קונה האָט טענות צו אַ שנײַדער:

— איר האָט מיר צוגעזאָגט, אַז מײַנע הויזן וועלן זײַן פֿאַרטיק אין דרײַ טעג אַרום. און גענומען האָט עס בײַ אײַך צען טעג. דער אייבערשטער האָט די גאַנצע וועלט באַשאַפֿן אין איין וואָך.

— אמת, אָבער זאָגט מיר ניט, אַז אײַך געפֿעלט זײַן וועלטל. און איצט גיט אַ קוק אויף די הויזן — אַ שעדעווער!


קולטור־געשיכטע

ייִדן אויף די גאַסן פֿון אָדעס, יאָר 1800

א

מיט 220 יאָר צוריק, סוף סעפּטעמבער 1789, האָט די רוסישע אַרמיי פֿאַרכאַפּט די טערקישע פֿעסטונג כאַדזשיביי, וועלכע האָט אין זעקס יאָר אַרום באַקומען אַ נײַעם נאָמען — אָדעס. דאָס הייסט, אַז די מאָדערנע שטאָט בײַם שוואַרצן ים איז גאַנץ יונג. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אויב מע מעסט די יאָרן לויט די אייראָפּעיִשע מאָסן. אין פֿאַרגלײַכן, אַ שטייגער, מיט אַזאַ שטאָט ווי סיעטל, איז עס אַלט. און אין פֿאַרגלײַך מיט תּל-אָבֿיבֿ, איז די שטאָט כּמעט אוראַלט.


דער רוסישער סאָוועטישער שרײַבער איסאַק באַבעל איז געבוירן געוואָרן אין אָדעס אין יאָר 1894. פֿון זײַנע ערשטע ווערק האָט ער גלײַך באַקומען אַ שם פֿון אַ טאַלאַנטירטן דערציילער. אַ סך פֿון זײַנע דערציילונגען שפּיגלען אָפּ די דראַמאַטישע תּקופֿה פֿון בירגער־קריג אין רוסלאַנד און דאָס נײַע סאָוועטישע לעבן. אַ וויכטיק אָרט פֿאַרנעמט אין זײַן שאַפֿונג די טעמע, פֿאַרבונדן מיט ייִדן און ווי אַזוי די נײַע צײַט האָט געווירקט אויף זייער עקזיסטענץ. באַבעל אַליין איז געפֿאַלן אַ קרבן פֿון דער סטאַליניסטישער דיקטאַטור אין 1940.