Click on the picture to listen the media clip

אויף עוועניוס און סטריטעניוס —
שפּּילן קלעזמערס קענגורוס.

פֿון באָריס סאַנדלער


מרים האָפֿמאַן, שליסל צו ייִדיש, לערנבוך פֿאַר אָנהייבער. אַנטהאַלט: קולטור־געשיכטע, פאָלקס־שאַפונג, יום־טובים, לידער, קונסט און ליטעראַטור, National Center for Jewish Cultural Arts Press, קאָראַל ספּרינגס, פֿלאָרידאַ, 2007. גרויס־פֿאָרמאַט, 4׳ט
Click on the picture to listen the media clip

פֿון יאָר צו יאָר באַווײַזן זיך אין די אוניווערסיטעטן און אויף די זומער־קורסן נײַע סטודענטן, וואָס ווילן זיך לערנען ייִדיש. און כאָטש ווײַט ניט אַלע פֿון זיי וועלן זיך טאַקע אויסלערנען, מעג מען זיך פֿאָרט ריכטן, אַז דער נאָכפֿרעג אויף ייִדיש־לימוד איז מער־ווייניקער אַ סטאַבילער. מיטן וווּקס פֿון ייִדישן שפּראַך־לימוד וואַקסט אונטער אויך די באַדערפֿעניש אין נײַע, עפֿעקטיווע און דער עיקר, נאַטירלעכע לערן־מאַטעריאַלן, טעקסט־ביכער, געניטונגען, גראַמאַטישע דערקלערונגען און אידיאָמאַטישע אײַנריכטונגען.

לעצטנס איז אָנגעקומען אַ שפּאָגל־נײַ לערנבוך וואָס הייסט "שליסל צו ייִדיש". דאָס איז ניט סתּם אַזוי עפּעס אַ לערנביכל, נאָר בפֿירוש אַן אַרומנעמיק לערנבוך פֿון גרויס־פֿאָרמאַט. די מחברין, מרים האָפֿמאַן, איז אַ מומחה און אַן אויפֿטוערישער כּוח אויף אַ ריי געביטן, וואָס יעדערער פֿון זיי וואָלט געקלעקט אויף אַ באַזונדערער לעבנס־קאַריערע.


‫ייִדישע מאָזאַיִק

וועראַ קנאָרינג
Click on the picture to listen the media clip

וועראַ קנאָרינג שטאַמט פֿון די פֿאָן-קנאָרינגס, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין רוסלאַנד נאָך בימי פּעטער דער גרויסער. זי האָט פֿאַרענדיקט דעם פּעטערבונגער (פֿריִער — לענינגראַדער) אינסטיטוט פֿון קולטור און אַרבעט אין דער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק, וואָס האָט איצט דעם סטאַטוס פֿון אַ נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק. רוסישע (און ניט נאָר רוסישע) ביבליאָטעקן זײַנען באַקאַנט ווי אינסטיטוציעס, וווּ עס אַרבעטן אַ סך אויסערגעוויינטלעכע מענטשן. מע צאָלט דאָרטן זייער ווייניק, אַזוי אַז אָן ענטוזיאַזם איז שווער זיך פֿאַרהאַלטן אויף אַזאַ אַרבעט.

כּדי צו האָבן אַ ביסל מער געלט, פֿלעגט וועראַ אַרבעטן אויך אין דעם גאַרדעראָב פֿון דער פֿילהאַרמאָניע. דאָרטן האָט זי זיך באַקענט מיט אַן עלטערער רוסישער פֿרוי, פּראַסקאָוויאַ איוואַנאָוונאַ קאָראָליאָוואַ, וועלכע האָט איר געזאָגט: "וועראַ, גיי און לערן העברעיִש. ס׳איז אַ גוטע שפּראַך." אין דער צערקווע (וועראַ איז אַ גלויביקע פּראַוואָסלאַוונע) האָט מען דעם געדאַנק אונטערגעהאַלטן. הקיצור, האָט זי גוט אויסגעלערנט די שפּראַך.


קולטור־געשיכטע

"ראָמאַנישעס קאַפֿע", בערלין 1930
Click on the picture to listen the media clip

די רייד וועט גיין ניט וועגן דעם מערבֿ-ייִדיש, אויף וועלכן מע האָט גערעדט און געשריבן אין די גערמאַניש-שפּראַכיקע לענדער. מערבֿ-ייִדיש אין דײַטשלאַנד שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ באַזונדערע מעשׂה. אָבער מיר ווילן באַרירן די ראָלע פֿון בערלין אויף דער מאַפּע פֿון דער קולטור, געשאַפֿן אויף "אונדזער" ייִדיש, דאָס הייסט, אויף דער שפּראַך פֿון די מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן.

מיזרח-ייִדיש אין דײַטשלאַנד איז אַ מעשׂה בתּוך-מעשׂה, מחמת ס׳איז פֿאַרבונדן מיט אַ צאָל היסטאָרישע פֿאַקטאָרן. נאָך פֿאַר דער ערשטער וועלט-מלחמה, האָט זיך בײַ אייניקע דײַטש-ייִדישע אינטעלעקטואַלן אויפֿגעוועקט אַן אינטערעס צו מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישקייט. מענטשן פֿון דײַטשישער קולטור, זײַנען זיי צעמישט געוואָרן אין זייערע זוכענישן פֿון דער אייגענער אידענטיטעט.