יעקבֿ באַסנער, מײַסטער־לערער פֿון לאָס־אַנדזשעלעס, מיט טאַמאַרע און שלום לאָנדנער, פֿאַרוואַלטערס פֿונעם לאָס־אַנדזשעלעסער "ייִדיש־קולטור־קלוב"

אין אָקטאָבער, נאָך די ייִדישע יום־טובֿים, איז אין דער שטאָט סאַן־דיעגאָ (קאַליפֿאָרניע) פֿאָרגעקומען די יערלעכע קאָנפֿערענץ פֿון דער "אינטערנאַציאָנאַלער אָסאָציאַציע פֿון ייִדיש־קלובן". אַן אונטערנעמונג, וואָס ברענגט צונויף פֿאָרשטייער פֿון אַלע עקן אַמעריקע, ווי אויך ייִדיש־ליבהאָבער פֿון מעקסיקע, קאַנאַדע און נאָך אַנדערע לענדער.


‫ייִדישע מאָזאַיִק

מרדכי שטריגלער (1921—1998)

מיט דרײַסיק יאָר צוריק איז די פּרעסטיזשע איציק מאַנגער-פּרעמיע פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור צוגעטיילט געוואָרן דעם ייִדישן שרײַבער און זשורנאַליסט מרדכי שטריגלער. אין יענער צײַט האָט ער רעדאַקטירט דעם ניו-יאָרקער פּועלי-ציוניסטישן זשורנאַל "ייִדישער קעמפֿער". נאָכן דורכמאַכן די וועלט-מלחמה אין דער וואַרשעווער געטאָ און פֿאַרשיידענע לאַגערן, האָט מרדכי שטריגלער געוווינט אין פּאַריז, רעדאַקטירט דאָרטן די טאָג-צײַטונג "אונזער וואָרט". דאָרטן איז אין 1947 אַרויס זײַן ערשט בוך — אַ פּאָעטישע זאַמלונג


קולטור־געשיכטע

א

אין דער געשיכטע פֿון קולטור, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אויף ייִדיש אין 20סטן יאָרהונדערט, פֿאַרנעמט אַ בכּבֿודיק אָרט שמואל ניגער (1883—1955). ליטעראַטור איז געווען דער סאַמע ממשותדיקער קאָמפּאָנענט פֿון דער ייִדישער קולטור-טעטיקייט, און ניגער איז, בלי-ספֿק, געווען דער סאַמע אײַנפֿלוסרײַכער ייִדישער ליטעראַטור-קריטיקער.


בריוו פֿון אליעזר שטיינבאַרגס אַ חסיד

חשובֿע רעדאַקציע פֿון "ווײַטער",

כ׳קען ניט אויסדריקן מײַן פֿרייד (ווי אליעזר שטיינבאַרגס אַ חסיד), ווען כ׳האָב געזען אין "ווײַטער" זײַן מעשׂהלע "די סוכּה־שער" [1].

נאָר ווײַל די סוכּה־שער איז באַגלייט מיט אַ "1" ברענגט עס מיך צו גלויבן, אַז ס׳וועט זײַן אַ המשך. כ׳פֿאַרשטיי, אַז ס׳וועלן נישט ווערן געדרוקט אַלע מעשׂהלעך,