- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿונעם 15טן יולי ביזן 17טן יולי האָט די אָרגאַניזאַציע "ייִדיש-פֿאַרם" פֿאָרגעשטעלט דעם ערשטן "גלות-פֿעסטיוואַל" לעבן גאָשן, אַ קליין שטעטל מיט 5,600 אײַנוווינער, וואָס געפֿינט זיך אַ שעה פֿאָרן אויף צפֿון פֿון ניו־יאָרק. "ייִדיש־פֿאַרם" איז אַ פּרוּוו אויפֿצובויען אַ ייִדיש-שפּראַכיקן ייִשובֿ אין אַמעריקע. די גרופּע וועט אַליין קולטיווירן אָרגאַנישע פּראָדוקטן דורך ערד־אַרבעט און וויל צוציִען ייִדיש־רעדערס פֿון סײַ וועלטלעכן, סײַ פֿרומען, חסידישן סעקטאָר. מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, דעם 23סטן מײַ 1911, האָט זיך אין ניו-יאָרק, צווישן דער 40סטער און 42סטער גאַסן, געעפֿנט דער גרויסער בנין פֿון דער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק. די ביבליאָטעק גופֿא איז צו יענער צײַט שוין געווען צען יאָר אַלט. אויף דער פֿײַערלעכער צערעמאָניע לכּבֿוד דער עפֿענונג פֿונעם נײַעם בנין איז געקומען דער פּרעזידענט וויליאַם האַוואַרד טאַפֿט, ווי אויך, פֿאַרשטייט זיך, דער גובערנאַטאָר פֿונעם שטאַט און דער מייאָר פֿון דער שטאָט. די לייענער האָבן צום ערשטן מאָל באַקומען אַ צוטריט צו דער ביכער-קאָלעקציע ערשט אין אַ טאָג אַרום, דעם 24סטן מײַ.
מיט 100 יאָר צוריק איז געבוירן געוואָרן שמעון וועבער (1911—1987), דער ייִדישער זשורנאַליסט, וואָס איז געווען דער הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" אין די יאָרן 1970—1987. וועבער איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן און דערמיט זיך אונטערגעשיידט פֿון די גרינדער און, בכלל, ערשטע רעדאַקטאָרן און זשורנאַליסטן פֿון "פֿאָרווערטס", וועלכע זײַנען, בדרך-כּלל, געווען "ליטוואַקעס". נאָך איין אונטערשייד: וועבער האָט זיך געלערנט (אַ חוץ בײַ מלמדים) אין אַ פּוילישער פֿאָלקס-שול, בעת דער עלטערער דור "פֿאָרווערטס"-לײַט זײַנען געוויינטלעך געווען אויסגעשולט אין רוסיש. ניט צופֿעליק איז ער געווען נאָענט מיט יצחק באַשעוויס-זינגערן, אויך אַ פּוילישן ייִדן. וועבער איז געפֿאָרן מיט באַשעוויסן קיין שטאָקהאָלם, ווען יענער האָט, אין יאָר 1978, באַקומען אַ נאָבעל-פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור.
וואָס מיינט עס "ציטערדיקע נעמען"? דאָס זײַנען נעמען, וואָס די עלטערן האָבן געגעבן זייערע קינדער, איבער וועלכע זיי ציטערן. דאָס זײַנען נעמען, וואָס שטאַמען פֿון פֿאַרשידענע אָבערגלויבנס. עס איז כּדאַי וועגן דעם צו וויסן. ווען עס האָט געטראָפֿן, אַז בײַ עלטערן איז אַ קינד קראַנק געוואָרן, האָט מען טאַקע גערופֿן אַ דאָקטער, מע האָט דעם קינד געגעבן די פֿאַרשריבענע מעדיצין, אָבער עס איז געווען אַן אָבערגלויבן, אַז מע מוז נאָך עפּעס טאָן. מע האָט צום פֿריִערדיקן נאָמען פֿון קינד צוגעגעבן אַ נײַעם נאָמען — אַ ציטערדיקן. דער נײַער נאָמען האָט געדאַרפֿט זײַן די ריכטיקע רפֿואה פֿאַרן קראַנקן קינד...
צענדליקער נעמען, ייִדישע בתוכם, טראָגן אין זיך די צוויי פֿאַרפֿירערישע אותיות: ch. גיי ווייס, ווי אַזוי דאָס מוז קלינגען אויף ענגליש? היסטאָריש האָט זיך עס גענומען אָפֿט מאָל פֿון דײַטש. אַזאַ נאָמען טראָגן אויך די איצטיקע ליבלינג פֿון די רעכטע אַמעריקאַנער מישעל באַקמאַן (Bachmann), אַ מיטגליד פֿון קאָנגרעס. איר סבֿיבֿה רעדט אַ באַזונדער לשון, וואָס איז גאָר ניט תּמיד צוטריטלעך פֿאַר אַנדערע מענטשן. לעצטנס, האָט די פֿרוי באַקמאַן געפּלעפֿט אַ סך מענטשן, ייִדן און ניט-ייִדן, מיט איר נוסח פֿון אויסרעדן דאָס וואָרט "חוצפּה", אָדער ריכטיקער chutzpah. עס לאָזט זיך אויס, אַז אויף איר לשון קלינגט עס "טשוצפּאַ".
אַמאָל האָבן אונטער איין דאַך געוווינט אַ רופֿא און אַ שוסטער. דער רופֿא האָט זיך געטאָן זײַן מלאָכה, און דער שוסטער זײַנע. דער רופֿא האָט געהיילט קראַנקע, און דער שוסטער האָט פֿאַרראָכטן שיך. אין דעם שטעטל האָבן די ייִדן אַ סך געקרענקט, און אַז מע קרענקט, רײַבט מען ווייניקער אויס די שיך, ווײַל מע ליגט אין בעט. פֿלעגט דער שוסטער זיצן אָן אַרבעט. האָט ער געטראַכט בײַ זיך: וואָס וועל איך זיצן, לאָמיך אַרײַנקומען צום רופֿא און קוקן ווי ער היילט די קראַנקע, וועל איך אויך ווערן אַ רופֿא און האָבן פּרנסה. ער האָט געקוקט, געקוקט, אָבער גאָרניט אין דעם ניט פֿאַרשטאַנען. מיט איין וואָרט — אַ שוסטער בלײַבט אַ שוסטער! |