DOWNLOAD PDF: Vayter 2012 #02

אָנהייב מײַ האָב איך זיך באַטייליקט אין אַ קאָנפֿערענץ וועגן באָגדאַן כמעלניצקי. אָרגאַניזירט האָט עס אַמעליאַ גלאַסער, וואָס איז אַ פּראָפֿעסאָר אין סאַן-דיעגאָ. איך מיין, אַז דאָס איז געווען אַ געראָטענע צונויפֿקומעניש פֿון אַקאַדעמיקער, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט גאַנץ פֿאַרשיידענע זאַכן — מיט געשיכטע, ליטעראַטור און קינאָ, מיט ייִדישע, אוקראַיִנישע און פּוילישע טעמעס. איך גלייב, אַז אין דעם באַנד, וואָס וועט קאָנסטרויִרט ווערן אויפֿן סמך פֿון דער קאָנפֿערענץ, וועט דער אוקראַיִנישער פֿירער אַרויסקומען ניט קיין פֿלאַכער. און די געשעענישן אַרום דער דאָזיקער פֿיגור, אין לעבן און אין קונסט, וועלן אויך אָפּגעשפּיגלט ווערן, מאַכנדיק טיפֿער, מיט מער ניואַנסן, אונדזער קענטעניש פֿון געשיכטע, ליטעראַטור און קונסט.
איך בין, אַגבֿ, ניט זיכער, צי אַלע לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" האָבן אַ מאָל געהערט אַזאַ נאָמען: באָגדאַן כמעלניצקי. איך דערמאָן עס, ווײַל סטודענטן האָבן, בדרך-כּלל, קיין אַנונג ניט וועגן אַזאַ היסטאָרישער פֿיגור און קיין מאָל ניט געהערט וועגן די גזירות תּ״ח-ותּ״ט. מיט זעכציק יאָר צוריק, אין יאַנואַר 1952, בײַם אַרומרעדן אין דער כּנסת די פֿראַגן פֿון דײַטשישע רעפּאַראַציעס, האָט משה שרתּ, דער דעמאָלטיקער אויסערן-מיניסטער פֿון ישׂראל, געזאָגט: "מיר האָבן ניט פֿאַרגעסן כמעלניצקי, און די וואָס וועלן פֿאַרגעסן, וועלן אויפֿהערן צו זײַן ייִדן". מיר שײַנט, אַז ס’רובֿ הײַנטיקע ייִדן האָבן כמעלניצקין ניט פֿאַרגעסן — זיי האָבן פּשוט ניט געהאַט וואָס צו פֿאַרגעסן, ווײַל קיינער האָט זיי וועגן אים קיין מאָל ניט דערציילט.


‫ייִדישע מאָזאַיִק

אויף דער דאָזיקער פֿראַגע האָט בשעתּו געגעבן אַן ענטפֿער דער גרויסער ייִדישער שפּראַכקענער מאַקס ווײַנרײַך. אין זײַן “געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך" ווערט דערקלערט, אַז די אַשכּנזים שטאַמען, דער עיקר, פֿון די מיגראַנטן און פּליטים, וואָס האָבן מיט אַ פּאָר טויזנט יאָר צוריק פֿאַרלאָזט ארץ-ישׂראל און זיך פֿאַרהאַלטן אַ צאָל דורות אויף די רוימישע טעריטאָריעס.
תּחילת האָבן זיי געוווינט אין דרום-אייראָפּע. שפּעטער האָט אַ טייל פֿון זיי זיך אַריבערגעקליבן אין מער צפֿונדיקע געגנטן. סוף-כּל-סוף, האָבן די ייִדן דערגרייכט די אייראָפּעיִשע טעריטאָריעס, וועלכע זײַנען געווען באַפֿעלקערט דורך די גערמאַניש-רעדנדיקע לײַט. אין אָט יענער סבֿיבֿה, ערגעץ אויף די ברעגן פֿון דעם טײַך רײַן, האָט זיך פֿאַרלייגט דער יסוד פֿון דער נײַער ייִדישער שפּראַך. דאָס איז געווען דער אָנהייב פֿון אַשכּנז.
דערנאָך האָט עפּעס אַ חלק אַשכּנזים זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן, מיזרח-צו, וווּ דעמאָלט האָט זיך געבויט די פּוילישע מדינה און מע האָט זיך גענייטיקט אין ייִדישע געשעפֿטס־לײַט און בעל-מלאָכות. אַזוי האָבן די ייִדן זיך באַזעצט אין די סלאַוויש-רעדנדיקע געגנטן, וווּ זייער שפּראַך האָט זיך היפּש געביטן אונטער דער השפּעה פֿון פּויליש, אוקראַיִניש, ווײַסרוסיש, און שפּעטער אויך רוסיש.
אָט אַזוי — אין אַ פּאָר ווערטער און זייער סכעמאַטיש — קען מען איבערגעבן מאַקס ווײַנרײַכס מאָדעל פֿון דער געשיכטלעכער אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש און ייִדיש-רעדערס.


אין דעם זשורנאַל Language & Communication, נומ’ 31, יאָר 2011, איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַן אַרטיקל פֿון צבֿי סדן (צוגוּיאַ סאַסאַקי). וואָס אַרבעט אין אוניווערסיטעט פֿון בר-אילן. זײַן אַרטיקל הייסט “ייִדיש אין אינטערנעץ". דער מחבר האָט אַנאַליזירט, ווי אַזוי מע נוצט ייִדיש אין דעם עלעקטראָנישן רוים, וועלכער איז, פֿון איין זײַט, אַ ווירטועלער, אָבער גלײַכצײַטיק שפּילט ער אַלץ אַ גרעסערע ראָלע אין אונדזער גאָר ניט ווירטועלער טאָג-טעגלעכקייט. דער אויספֿיר פֿון דער פֿאָרשונג איז אַזאַ: ייִדיש איז דערווײַל גאַנץ שלעכט פֿאָרגעשטעלט אין אינטערנעץ, אַ סך ערגער פֿון אַנדערע שפּראַכן מיט אַן ערך דער זעלביקער צאָל רעדערס. און נאָך איין זאַך, האָט דער מחבר באַמערקט, דהײַנו: ייִדיש האָט מער אַ סימבאָלישע פֿונקציע, דאָס הייסט, אַז בדרך-כּלל גייט די רייד וועגן ייִדיש, אָבער שרײַבן שרײַבט מען ניט אויף ייִדיש.
ד״ר סדן-סאַסאַקי איז, בלי-ספֿק, גערעכט. אַ דוגמא פֿון אַזאַ סימבאָלישקייט גיט http://www.yiddish.co.il,וואָס איז פֿון דער אָרגאַניזאַציע “יונג-ייִדיש". און דאָך קאָן מען האָבן טענות צו דער פֿאָרשונג. זי ווײַזט ניט אָן, אַז כּמעט אַלע וועבזײַטן, וועלכע זײַנען אַרײַנגענומען געוואָרן אין דעם אַנאַליז, געהערן ניט צו דער חרדישער וועלט. אָבער די איבערוועגנדיקע מערהייט פֿון די ייִדיש-רעדנדיקע לײַט זײַנען הײַנט דווקא אַ טייל פֿון יענער וועלט. אין יענער וועלט זײַנען דאָ צענדליקער אינטערנעץ-פֿאָרומס (למשל, http://www.www.ivelt.com), וווּ ייִדיש איז די איינציקע צי די הויפּט-שפּראַך. אָבער ד"ר סדן-סאַסאַקי האָט זיי גלײַך ווי ניט באַמערקט.


אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

איך וויל אײַך דערציילן נאָך איין מעשׂה, אפֿשר ניט אַזאַ שיינע, ווי די פֿריִערדיקע, נאָר מיט אַ שׂכל.
דעם שׂכל פֿאַרשטיין,
דאַרף מען ניט קיין חן,
גענוג איז אַ קאָפּ,
קלענער פֿון אַ טאָפּ.

ס׳איז אַמאָל געווען אַ מאַן מיט אַ ווײַב. זײַנען זיי געווען גרויסע קבצנים. צו די אַלע מעלות, האָבן זיי נאָך געהאַט אַ פֿולע שטוב מיט קינדער און אַלע — מיידלעך! נו, האָט זיך געטראָפֿן, אַז דאָס ווײַב איז ווידער פֿאַרגאַנגען אין טראָגן. טראַכט בײַ זיך דער מאַן: “וואָס וועט זײַן, אַז דאָס מאָל וועט זי גראָד האָבן אַ ייִנגל? מע דאַרף דאָך מאַכן אַ ברית?!"
האָט ער זיך באַרעכנט: “איידער וואָס־ווען, וועל איך זיך דערווײַל לאָזן איבער דער וועלט קלײַבן נדבֿות, וועל איך האָבן מיט וואָס מאַכן דעם ברית." געזאָגט איז געטאָן. מער האָט מען אים ניט געזען און ניט געהערט.
אין דער צײַט איז דאָס ווײַב געלעגן געוואָרן און האָט טאַקע געהאַט אַ ייִנגעלע, מיט מזל! אין דרויסן שטייט אַ פֿראָסטיקער ווינטער, און אין שטוב איז קאַלט, מע קאָן זען ווי מע אָטעמט, די פּאַרע פֿון מויל ווערט פֿאַרפֿרוירן. אָט דאָס ווײַבל, נעבעך, געשיקט די טעכטערלעך אַ קוק טאָן אויפֿן בוידעם, צי ס׳האָט זיך דאָרט ניט פֿאַרוואַלגערט אַ ביסל קוילן.


ביראָבידזשאַן און ביראָבידזשאַן

צוויי זאַכן רופֿט מען אָן מיטן נאָמען “ביראָבידזשאַן": די ייִדישע אויטאָנאָמישע געגנט אין דעם ווײַטן מיזרח פֿון רוסלאַנד און די הויפּטשטאָט פֿון דער דאָזיקער געגנט. אין דער אמתן, הייסט אַזוי — אָפֿיציעל יעדנפֿאַלס — נאָר די שטאָט. דעם דאָזיקן נאָמען האָט זי באַקומען אין אָקטאָבער 1931. אָבער קיין שטאָט איז עס נאָך ניט געווען. געהערט עס צו דער קאַטעגאָריע פֿון “אַרבעטער-ייִשובֿים". דעם סטאַטוס פֿון אַ שטאָט האָט ביראָבידזשאַן געקראָגן מיט 75 יאָר צוריק, אין מאַרץ 1937. הײַנט האָט עס 75 טויזנט תּושבֿים, ס’רובֿ פֿון זיי זײַנען ניט קיין ייִדן.

ליטע און ליטוואַק

דאָס וואָרט “ליטוואַק" איז, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַרבונדן מיט ליטע. אָבער דער באַגריף “ליטע" קען זײַן פֿאַרפֿירעריש. ליטע, ווי מע נוצט דאָס וואָרט איצט, מיינט בדרך-כּלל דאָס לאַנד, וואָס איז געוואָרן אומאָפּהענגיק נאָך דער צעפֿאַלונג פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אין יאָר 1991. אָבער היסטאָריש איז ליטע געווען אַ סך גרעסער. אַזוי, אַז ווען מע רעדט וועגן ליטע פֿון אַמאָליקע צײַטן, נעמט מען אַרײַן אין דעם באַגריף ווײַסרוסלאַנד, ווי אויך, למשל, ביאַליסטאָק און די גאַנצע געגנט אַרום דער דאָזיקער — הײַנט פּוילישער — שטאָט.