מאַרעק עדעלמאַן: 1919—2009
געשטאָרבן דער לעצטער קאָמאַנדיר פֿון וואַרשעווער געטאָ
"אין פּרינציפּ איז דאָס וויכטיקסטע — דאָס לעבן. און ווען עס איז שוין פֿאַראַן דאָס לעבן, איז דאָס וויכטיקסטע די פֿרײַהייט. און דערנאָך גיט מען אַוועק דאָס לעבן פֿאַר דער פֿרײַהייט. דעמאָלט ווייסט מען שוין נישט וואָס איז וויכטיקער".
מיט די דאָזיקע ווערטער האָט די פּוילישע טאָג־צײַטונג "גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ", דער אָרגאַן פֿון דער באַוועגונג "סאָלידאַרנאָשטש", געעפֿנט דעם רעדאַקציאָנעלן הספּד־אַרטיקל פֿון דעם שבת צוזאַמען מיט דער ידיעה וועגן דעם טויט פֿון מאַרעק עדעלמאַן, דעם לעצטן קאָמאַנדיר פֿון דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. ער איז געשטאָרבן אין וואַרשע דעם 2טן אָקטאָבער, אין עלטער פֿון 90 יאָר — צוויי חדשים פֿאַר זײַן געבוירן־טאָג, וועלכן זײַנע פֿרײַנד, די נאָענטע און ווײַטע, האָבן זיך געגרייט אָפּצומערקן דעם 31סטן דעצעמבער 2009.
"ער איז געווען איינער פֿון די געציילטע לעבן־געבליבענע מיטגלידער פֿון דער ייִדישער קאַמפֿס־אָרגאַניזאַציע און קעמפֿער אין דעם אויפֿשטאַנד פֿון וואַרשעווער געטאָ. דער איינציקער פֿון זיי, וואָס איז געבליבן אין פּוילן. און ווען מען האָט אים געפֿרעגט: פֿאַרוואָס?, האָט ער געענטפֿערט: 'דאָ איז באַגראָבן געוואָרן מײַן פֿאָלק. איך בין געבליבן, ווײַל איך בין דער שומר פֿון די ייִדישע קבֿרים’, שרײַבט די פּוילישע צײַטונג.
דאָס איז געווען, וואָלט איך געזאָגט, דער "מאָטאָ", דער תּמצית פֿון זײַן לעבנס־אינהאַלט. אַ פֿראַזע, וואָס חזרט זיך איבער אין אַלע זײַנע נאָכמלחמהדיקע אינטערוויוען און כּמעט אין אַלע אַרטיקלען, מיט וועלכע עס איז די טעג פֿול די פּרעסע אין פּוילן און אויך אין אַנדערע לענדער פֿון אייראָפּע, וווּ ער איז אָנערקענט און געשאַצט ווי דער העלדישער קעמפֿער און מוטיקער הומאַניסט. אונטער דעם נאָמען "דער שומר" ("Strażnik") איז אויך דערשינען זײַן ביאָגראַפֿיע, געשריבן פֿון רודי אַסונטינאָ און וולאָדעק גאָלדקאָרן* (קראָקע, 1999).
ער איז אָבער באַרימט אין פּוילן און אין אייראָפּע נישט נאָר ווי דער העלדישער קעמפֿער פֿון וואַרשעווער געטאָ און "דער שומר פֿון די ייִדישע קבֿרים", נאָר אויך ווי אַ פֿירנדיקער מעדיקער, אַ קאַרדיאָלאָג — און אויך ווי אַ מוטיקער הומאַניסט, אַן אַקטיווער קעמפֿער קעגן דעם אַנטיסעמיטיזם און פֿאַר מענטשן־רעכט, וואָס פֿאַר דעם־אָ "חטא" איז ער אין דעצעמבער 1981 אַרעסטירט געוואָרן דורך דער קאָמוניסטישער מאַכט, בעת דעם אויסנאַם־צושטאַנד אין דער צײַט פֿון גענעראַל יערוזאַלסקי. ער איז אָבער נאָך עטלעכע טעג געוואָרן באַפֿרײַט פֿון דער תּפֿיסה, אַ דאַנק דער אינטערווענץ פֿון סאָציאַל־דעמאָקראַטישע מנהיגים אין אייראָפּע, בראָש מיט ווילי בראַנדט און אַ צאָל פּוילישע פּערזענלעכקייטן. ער האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט אונטערצושרײַבן אַ דעקלאַראַציע מיט דער התחײַבֿות, אַז ער וועט זיך אָפּהאַלטן פֿון פּאָליטישער טעטיקייט און וועט נישט ווידערשפּעניקן דעם קאָמוניסטישן רעזשים. פֿאַרקערט, נישט געקוקט דערויף וואָס ער איז פֿאַרבליבן אין אַ הויז־אַרעסט אונטער דער שטרענגער אָבסערוואַציע פֿון די געהיים־אָרגאַנען, האָט ער מצליח געווען אָנצוהאַלטן, זינט 1976, דעם קאָנטאַקט מיט די אָנפֿירער פֿון דער אומלעגאַלער "קאָמיסיע צו באַשיצן די רעכט פֿון די אַרבעטער", בראָש מיט זײַן חבֿר יאַצעק קוראָן. ער איז געוואָרן אַקטיוו אין דער אומלעגאַלער "סאָלידאַרנאָשטש", בראָש מיט לעך וואַלענסאַ, דעם שפּעטערדיקן פּרעזידענט פֿון פּוילן.
אין אַפּריל 1988, צום 45סטן יאָרטאָג פֿון דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, האָט ער אָרגאַניזירט, צוזאַמען מיט "סאָלידאַרנאָשטש", אַ זעלבשטענדיקע מאַניפֿעסטאַציע פֿון אַן ערך צען טויזנט מענטשן בײַם געטאָ־דענקמאָל — פֿאַר דעם אָפֿיציעלן צערעמאָניאַל פֿון דער רעגירונג, צו וועלכער עס זענען געקומען דעלעגאַציעס פֿון דער גאָרער וועלט. אין דער פֿרי פֿאַר דער דאָזיקער מאַניפֿעסטאַציע איז אויפֿן וואַרשעווער בית־עולם אַנטהילט געוואָרן אַ סימבאָלישע מצבֿה, אַ דענקמאָל, וועלכן מאַרעק עדעלמאַן האָט דאָרט אויפֿגעשטעלט לזכּרון הענריק ערליך און וויקטאָר אַלטער — די צוויי מנהיגים פֿון פּוילישן "בונד" — וועלכע זײַנען דערמאָרדעט געוואָרן אויף סטאַלינס באַפֿעל בעת דער מלחמה קעגן די דײַטשן. דעם דאָזיקן פּראָיעקט האָט ער פֿאַרטראַכט נאָך דעם, ווי ער האָט מיט אַ יאָר פֿריִער באַקומען צוגעשיקט פֿון מאָסקווע אַ קאָפּיע פֿון די דאָקומענטן וועגן דעם מאָרד פֿון די צוויי בונדישע מנהיגים, וואָס ער איז זיי געבליבן טרײַ זײַן גאַנץ לעבן. אין זײַן זכות האָט די "סאָלידאַרנאָשטש", אויך אין יענער צײַט, אַרויסגעגעבן פּאָסט־מאַרקעס אין אָנדענק פֿון ערליך און אַלטער. די דאָקומענטן האָט ער באַקומען פֿון אַ ווײַטער קרובֿה פֿון הענריק ערליכס שווער, דעם היסטאָריקער שמעון דובנאָוו, וועלכער איז דערמאָרדעט געוואָרן דורך די דײַטשן אין געטאָ פֿון ריגע.
ווי דער פֿאָרשטייער פֿון "בונד" און פֿון יוגנט־בונד "צוקונפֿט" אין דער ייִדישער קאַמפֿס־אָרגאַניזאַציע, וויצע־קאַמאַנדיר, און נאָך אַניעלעוויטשעס טויט — איר אייגנטלעכער קאָמאַנדיר — האָבן אונטער זײַן קאָמאַנדשאַפֿט אין דעם "בערשטער־ראַיאָן" אין וואַרשעווער געטאָ געקעמפֿט אויך מיטגלידער פֿון די אַנדערע באַטייליקטע אָרגאַניזאַציעס און צווישן זיי האָט זיך אַנטוויקלט אַ טיפֿע ברודערשאַפֿט. וועגן אָט דער ברודערשאַפֿט האָבן עדות געזאָגט און דערציילט די באַטייליקטע אין דעם פֿילם "די לעצטע קעמפֿער". דער פֿילם איז געוואָרן רעקאָרדירט און אויפֿגעלויכטן מיט אייניקע יאָר צוריק אויפֿן עקראַן אין ישׂראל. נאָכן ייִדישן אויפֿשטאַנד, וועלכן די דײַטשישע האָרדעס האָבן דערשטיקט מיט דער הילף פֿון גאַז און פֿײַער, האָבן מאַרעק מיט אַ גרופּע ייִדישע קעמפֿער זיך אָנגעשלאָסן אַ יאָר שפּעטער צום פּוילישן אויפֿשטאַנד אין וואַרשע, אין אויגוסט 1944.
מאַרעק עדעלמאַן האָט קיינמאָל נישט ליב געהאַט קיין מליצה און קיין רייד וועגן גבֿורה. ער האָט פֿאַרקערפּערט מיט זיך דעם אַנטי־גיבור. אַפֿילו דעם העראָיִשן קאַמף פֿון דער ייִדישער קאַמפֿס־אָרגאַניזאַציע האָט ער באַטראַכט ווי אַ נאַטירלעך־מענטשלעכן חובֿ: "עס איז לײַכטער צו פֿאַלן מיט געווער אינעם קאַמף, איידער אומצוקומען אין די אויוונס און גאַז־קאַמערן" — פֿלעגט זאָגן דער "אַנטי־גיבור", וועלכער האָט זיך אָבער מיט זײַן גאַנצער באַשיידנקייט און מיט אַלע זײַנע האַנדלונגען אַנטפּלעקט ווי אַ העלד אין דער געשיכטע פֿון פּוילישן ייִדנטום. און ווי אַ העלד פֿון פּוילן, האָט אים אַדאָפּטירט די פֿאָרגעשריטענע פּוילישע געזעלשאַפֿטלעכקייט און די איצטיקע פּוילישע מלוכה.
אין זײַן נאָכמלחמהדיקער טעטיקייט און באַזונדערס נאָכן פֿאַלן פֿון דעם קאָמוניסטישן רעזשים, איז ער געוואָרן אויסגעוויילט אין פֿאַרשיידענע מלוכישע קאַמיסיעס און האָט זיך געטראָפֿן מיט די וויכטיקסטע פּערזענלעכקייטן — אָנהייבנדיק פֿון מאַרטין לוטער קינג בעת מאַרעק עדעלמאַנס באַזוך אין ניו־יאָרק, אין יאָר 1963, וווּ ער איז אויפֿגעטראָטן פֿאַר די דאָרטיקע בונדיסטן. ער האָט זיך אויך באַגעגנט מיט לעאָן בלום אין פּאַריז, און מיט די מנהיגים פֿון דער וועלט ווי אַ מיטגליד פֿון דער אייראָפּעיִשער שלום־מיסיע אין קאָסאָוואָ און בעת אַנדערע שליחותן. זײַן נאָמען איז אין אייראָפּע געוואָרן אַ לעגענדע.
* * *
זומער 1945, גלײַך נאָך דער מלחמה, האָט מאַרעק עדעלמאַן אָנגעשריבן, אויפן אויפֿטראָג פֿון דעם בונדישן קאָמיטעט אין ניו־יאָרק, דעם ערשטן אויטענטישן און זייער אויספֿירלעכן באַריכט וועגן דעם אויפֿשטאַנד, אין וועלכן ער האָט געשפּילט אַזאַ וויכטיקע און העלדישע ראָל. געשריבן אין אַן אײַנגעהאַלטענעם טאָן, אָן מליצה, אָן באַרימערײַען, אָן איבערטרײַבונגען. מיטן פּוילישן מאַנוסקריפּט פֿון דעם באַריכט האָט ער זיך געוואָנדן צו דער באַקאַנטער פּוילישער שרײַבערין זאָפֿיאַ נאַלקאָווסקאַ, וועלכע האָט אים, נאָכן איבערלייענען, באַצייכנט נישט נאָר ווי אַ דערשיטערנדיקן היסטאָרישן דאָקומענט, נאָר ווי אַ דראַמאַטישע שאַפֿונג פֿון הויכן ליטעראַרישן ווערט. דאָס ביכעלע מיטן אַרײַנפֿיר־וואָרט פֿון דער פּוילישער שרײַבערין, איז דערשינען אויף פּויליש אונטערן נאָמען 'Getto Walczy’ — "דער געטאָ קעמפֿט" — און איז אין משך פֿון די יאָרן געוואָרן איבערגעזעצט אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן.
נאָר אויף העברעיִש און אין מדינת־ישׂראל האָט דער באַריכט נישט געקאָנט דערשײַנען אין משך פֿון 55 יאָר, מחמת דער פֿאַרעקשנטער קעגנערשאַפֿט פֿון דער ציוניסטישער פֿירערשאַפֿט און דעם פֿאַקטישן חרם, אין וועלכן דער נאָמען פֿון דעם בונדיסט מאַרעק עדעלמאַן איז געווען "טריפֿה" אין ישׂראל — און מחמת דעם געפֿעלשטן נאַראַטיוו פֿון דער קאַזיאָנער היסטאָריאָזאָפֿיע, וועלכע האָט פֿאַרהוילן דעם אָנטייל פֿון די בונדישע קעמפֿער אין דעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, ווי ער וואָלט געווען אַן אויפֿשטאַנד אויסשליסלעך אָדער כּמעט אויסשליסלעך פֿון דער "חלוצישער יוגנט". דער נאָמען מאַרעק עדעלמאַן איז געווען פֿאַרהאַסט דורך דער "מאה־דעה", דעם ישׂראלדיקן עסטאַבלישמענט און דורך דער העברעיִשער פּרעסע. ערשט אין יאָר 2001 איז דער באַריכט דערשינען אונטערן נאָמען "הגטו לוחם — צעירי הבונד בגטו ורשא" (דער געטאָ קעמפֿט — די בונדישע יוגנט אין וואַרשעווער געטאָ).**
די דאָזיקע באַציִונג איז געקומען צו איר גראָטעסקישן אויסדרוק דעם 19טן אַפּריל 1993, ווען קיין וואַרשע איז אַרויסגעפֿאָרן אַן אָפֿיציעלע מלוכישע דעלעגאַציע בראָש מיטן פּרעמיער־מיניסטער יצחק ראַבין, כּדי פֿײַערלעך אָפּצוצייכענען דעם 50סטן יאָרטאָג פֿון דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. בײַם פּלאַנירן דעם סדר פֿון די אויפֿטריטן אין דעם אָפֿיציעלן אַקט בײַם דענקמאָל האָבן די פֿאַרשטייער פֿון דער פּוילישער רעגירונג אָנגענומען פֿאַר נאַטירלעך, אַז אין נאָמען פֿון די אויפֿשטענדלער וועט רעדן זייער העכסטע לעבן־געבליבענע אויטאָריטעט, מאַרעק עדעלמאַן. אָבער די מערסטע מיטגלידער פֿון דער ישׂראלדיקער דעלעגאַציע האָבן זיך עקשנותדיק קעגנגעשטעלט און געדראָט מיט פֿאַרלאָזן דעם אַקט, טאָמער וועט אויפֿטרעטן "דער אַנטי־ציוניסט" מאַרעק עדעלמאַן.
נישט וועלנדיק זיך מישן אין דער דאָזיקער ייִדישער מחלוקת, האָט דער פּרעזידענט פֿון פּוילן, לעך וואַלענסאַ, געמאַכט אַ ביז גאָר אָריגינעלן זשעסט: ער האָט פריִער, פֿאַר דעם אָפֿיציעלן אַקט, גענומען פֿאַר די הענט מאַרעק עדעלמאַנען פֿון איין זײַט און מאַרעקס אייניקל אין דער אַנדערער האַנט און האָט צוזאַמען מיט זיי צוגעטראָגן און געלייגט דעם פּרעזידענטס בלומען־קראַנץ צופֿוסנס פֿון דעם דענקמאָל. דער דאָזיקער זשעסט האָט געמאַכט אַ שטאַרקן אײַנדרוק אויף די אָנוועזנדיקע.
וועגן דעם האָט הײַנטיקע וואָך דערמאָנט דער געוועזענער פֿאָרזיצער פֿון דער כּנסת און אַמבאַסאַדאָר אין פּוילן, פּראָפֿ׳ שבח ווײַס, אין זײַן אינטערוויו פֿאַר דער פּוילישער צײַטונג "Rzeczpospolita" — "זשעטשפּאָספּאָליטאַ" — און עס האָט עס באַשטעטיקט פֿאַר אונדז די געוועזענע אָנפֿירערין פֿון מר״צ און מיניסטאָרין שולמית אַלוני, וועלכע האָט זיך באַטייליקט אין יענער דעלעגאַציע. אין אַ שמועס מיטן שרײַבער פֿון אָט די שורות האָט אַלוני דערציילט, אַז בעת יענעם באַזוך אין וואַרשע האָט זי געעצהט ראַבינען ער זאָל זיך טרעפֿן מיט עדעלמאַנען. נישט געקוקט אויף דער שאַרפֿער קעגנערשאַפֿט פֿון די אַנדערע פֿאָרשטייער, די אָנפֿירערס פֿון די ציוניסטישע פֿאַרבאַנדן און אָרגאַניזאַציעס, ווי אויך צוויי דעפּוטאַטן פֿון דער כּנסת, האָט ראַבין זיך געטראָפֿן מיט עדעלמאַנען אויף אַ "פּריוואַטער" באַגעגעניש. ווי שולמית אַלוני דערציילט, איז ראַבין אַרויס שטאַרק באַאײַנדרוקט פֿון עדעלמאַנס פּערזענלעכקייט און פֿון דעם שמועס צווישן זיי.
חוץ דעם, האָבן ראַבין און עדעלמאַן זיך געטראָפֿן אויף דער פֿרישטיק־אויפֿנאַמע בײַם פּרעזידענט וואַלענסאַ. ווי עדעלמאַן האָט דערציילט דעם מחבר פֿון דעם בוך "דער שומר", האָט ער דעמאָלט ראַבינען דערמאָנט, אַז ער קומט אַרויס פֿון אַ בונדישער משפּחה (ראַבינס פֿעטער, דער מוטערס ברודער ווירגילי קאַהאַן, איז געווען פֿון די מנהיגים פֿון "בונד" אין ווילנע) און דעריבער האָפֿט ער, אַז ער וועט גיין אויפֿן וועג צו דערגרייכן אַ שלום מיט די פּאַלעסטינער. ראַבין, דערציילט מאַרעק, האָט צניעותדיק געשמייכלט...
מאַרעק עדעלמאַן איז געבוירן געוואָרן סוף 1919 אין האָמעל, ווײַסרוסלאַנד, פֿון וואַנען זײַן משפּחה האָט זיך קורץ נאָך זײַן געבורט אַריבערגעצויגן קיין וואַרשע. זײַן פֿאָטער איז געשטאָרבן אין יאָר 1924, ווען מאַרעק איז אַלט געווען פֿיר יאָר. זײַן מוטער, וועלכע איז געווען אַקטיוו אין דער בונדישער פֿרויען־אָרגאַניזאַציע "יאַפֿ", איז געשטאָרבן אין יאָר 1934, און ער איז צו 14 יאָר געוואָרן אַ יתום, אונטער דער וואַרעמער אויפֿזיכט פֿון זײַן לערערין און פֿאַרוואַלטערין פֿון דער ייִדיש־וועלטלעכער פֿאָלקס־שול סאָניע נאָוואָגרודזקי. אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע איז זי געווען אַקטיוו אין בונדישן אונטערגרונט אין וואַרשעווער געטאָ, געווען אַ מיטגליד אין קאָמיטעט פֿון "בונד" און האָט אָרגאַניזירט בילדונגס־גרופּעס פֿאַר קינדער אין געטאָ. זי איז אומגעבראַכט געוואָרן אין טרעבלינקע צוזאַמען מיט די ייִדן פֿון וואַרשע.
פֿון דער דאָזיקער סבֿיבֿה, ווי אַ מיטגליד אין סאָציאַליסטישן קינדער־פֿאַרבאַנד "סקיפֿ" און אין יוגנט־בונד "צוקונפֿט", האָט מאַרעק עדעלמאַן געצויגן זײַן מאָראַלישע און אידעאָלאָגישע יניקה. ער האָט אָבער נאָך דער מלחמה נישט געזען קיין צוקונפֿט פֿאַר דעם "בונד" ווי אַ באַוועגונג, וואָס האָט פֿאַרלוירן אירע ברייטע ייִדישע מאַסן. פֿונדעסטוועגן האָט ער זיך נישט אָפּגעזאָגט פֿון אירע אידעען.
געציילטע מאָל האָט מאַרעק עדעלמאַן אין די לעצטע יאָרן געזונגען מיט זײַנע חבֿרים דעם בונדישן הימן, די "שבֿועה" פֿון ש. אַנ- סקי: בעת זײַנע באַזוכן אין ניו־יאָרק, אין פּאַריז, אין תּל־אָבֿיבֿ. דאָס מאָל וועט ער זי שוין נישט הערן ווען דער כאָר פֿון דער וואַרשעווער ייִדישער קהילה וועט זינגען די בונדישע "שבֿועה" און געבירטיגס "עס ברענט" — אויף זײַן לוויה, וואָס וועט דעם פֿרײַטיק אַרויסגיין פֿון נעבן דעם דענקמאָל אויפֿן פּלאַץ פֿון די געטאָ־קעמפֿער צום ייִדישן בית־עלמין, אין דער אָנוועזנהייט פֿון הויכגעשטעלטע פֿאָרשטייער פֿון דער פּוילישער געזעלשאַפֿט.
און עס וועט אויך, צווישן די קרענץ פֿון בלומען זײַן אַ קראַנץ פֿון דער גרופּע בונדיסטן אין ישׂראל. ס׳וועט אויפֿגעהויבן ווערן די בונדישע פֿאָן איבער זײַן פֿרישן קבֿר, אויפֿן פֿאַרלאַנג פֿון זײַנע קינדער. ווי עס האָט אונדז איבערגעגעבן פֿון פּאַריז איינער פֿון מאַרעקס יוגנט־חבֿרים, שלום ראָזנבערג, האָבן זיי זיך צו אים געוואָנדן מיט דער בקשה; און די אַלטע בונדישע פֿאָן איז שוין געוואָרן אַרויסגעשיקט פֿון פּאַריזער "אַרבעטער־רינג" קיין וואַרשע, צו דער לוויה פֿון דעם ייִדישן העלד, דעם שומר פֿון די ייִדישע קבֿרים.
תּל־אָבֿיבֿ, 5טער אָקטאָבער, 2009
* וולאָדעק גאָלדקאָרן — אַ באַקאַנטער פּובליציסט אין איטאַליע, איז דער זון פֿון דעם פֿאַרשטאָרבענעם זשורנאַליסט אין די "לעצטע נײַעס", יוסף גאָלדקאָרן.
** דאָס ביכל, פֿון 195 זײַטן, איז דערשינען אין פֿאַרלאַג "הקיבוץ המאוחד", ספּאָנסירט פֿון דעם גאָטיינער־אינסטיטוט בײַם חיפֿהר אוניווערסיטעט צו פֿאָרשן דעם "בונד" און די ייִדישע אַרבעטער־באַוועגונג אין מיזרח־אייראָפּע, אין דער איבערזעצונג (פֿון ייִדישן טעקסט) פֿון שלום לוריא און רות שענפֿעלד (פֿון פּויליש), רעדאַגירט פֿון דעם היסטאָריקער דניאל בלאַטמאַן, מחבר פֿון דעם העברעיִשן בוך "פֿאַר אונדזער און אײַער פֿרײַהייט" — דער "בונד" אין פּוילן 1939—1949.