אונדזער איצטיקער נומער רירט אָן אייניקע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. לאַנגע יאָרן, צוליב דער פּאָליטיק פֿון פֿאַרשלאָסנקייט און אידעאָלאָגישער דאָגמאַטישקייט, איז איינער פֿון די גרעסטע און שאַפֿערישסטע צענטערס פֿון דער ייִדישער קולטור געווען אָפּגעריסן פֿון דער אַלוועלטעלכער ייִדישער גאַס. נאָכן פֿאַלן פֿונעם "אײַזערנעם פֿאָרהאַנג" האָט זיך פֿאַר די ייִדיש־וויסנשאַפֿטלער געעפֿנט אַ גוטע געלעגנהייט זיך נענטער און טיפֿער צו באַקענען מיט די פֿריִער־פֿאַרשפּאַרטע ייִדישע ווערטן.


‫ייִדישע מאָזאַיִק

אין דעם ניו-יאָרקער "ייִדישן מוזיי" (וואָס געפֿינט זיך אויף דער 92סטער גאַס) האָט זיך דעם 9טן נאָוועמבער געעפֿנט אַן אינטערעסאַנטע אויסשטעלונג — "שאַגאַל און די קינסטלער פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, 1919—1949". צוויי הונדערט עקספּאָנאַטן — בילדער, אַפֿישן, פּראָגראַמען און עסקיזן פֿון קאָסטיומען — דערציילן וועגן דער געשיכטע פֿון דעם אוניקאַלן טעאַטער. דער ערשטער אָנפֿירער פֿונעם טעאַטער, אַלעקסיי גראַנאָווסקי, האָט ווייניק געוווּסט וועגן ייִדישקייט, אָבער ער איז געווען אַ טאַלאַנטירטער, אָריגינעלער רעזשיסאָר.


אויפֿטריט פֿון שלמה מיכאָעלס בעת אַ מיטינג אין די מלחמה־יאָרן

א.

דעם 20סטן נאָוועמבער 1948 איז אין מאָסקווע אַרויס דער לעצטער נומער פֿון דער ייִדישער צײַטונג "אייניקייט". דער אַרויסגעבער פֿון דער דאָזיקער צײַטונג, וועלכע האָט עקזיסטירט זינט דעם 7טן יוני 1942, איז געווען דער ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט. ער איז געשאַפֿן געוואָרן דורך דער סאָוועטישער רעגירונג ווי אַ פּראָפּאַגאַנדע-אַגענץ. דער הויפּט-ציל פֿון דעם קאָמיטעט איז געווען צו פֿאַרשפּרייטן אינפֿאָרמאַציע אין אויסלענדישע ייִדישע קרײַזן, צו שאַפֿן אַ פּאָזיטיווע באַציִונג צו דער רויטער אַרמיי און, בכלל, צום סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.


צוויי מעשׂהלעך פֿון איציק קיפּניס׳ בוך "ייִדישי מעשׂהלעך",
דערשינען אין ירושלים, אין יאָר 1997.


אַ מאָל איז געווען אין שטוב אַ קעצעלע. אין דער זעלבער שטוב זײַנען נאָך געווען זעקס פּיצינקע הינטעלעך אויך. פֿלעגן זיי זיך אין איינעם שפּילן אַלע טאָג. איין מאָל אין דער פֿרי, דאָס קעצעלע איז נאָר וואָס אויפֿגעשטאַנען און וויל זייער עסן. לויפֿט עס צו דער בעל־הביתטע איר עפּעס זאָגן. ערשט זי זעט, זי האָט פֿאַרגעסן בעטן אַזוי ווי אַ קעצעלע, און אַלץ, וואָס זי האָט געקענט אַרויסריידן איז נאָר געווען: מיאַוו־מיאַוו.


“משל־קאַפּאָשל", — דו ווייסט, וואָס דאָס מיינט?
— מסתּמא אַ פֿויגל אַזאַ, און אפֿשר אַ קווייט —
מיט בלעטלעך צעפּושלט־צעמאָשלט —
צעפֿליִען זיך גרייט,

ווי הינדעלעך געלע,

זיך צעפּישטשען פֿאַר פֿרייד.

— ניין. משל־קאַפּאָשל איז אַ חיה געוויס,
אַ בייזע, אַ ווילדע, מיט אַ בײַסיקן פּיסק.
און אפֿשר אַפֿילו אַ מאָנסטער,
אַן עכטער וואַמפּיר,