ביכער פֿון יודאַיִקאַ־אינסטיטוט

דער יאַנואַר־נומער פֿון "ווײַטער" איז געווידמעט געוואָרן דער ייִדישער טעטיקייט אין ווילנע — אַמאָל און הײַנט. אינעם איצטיקן נומער וועט איר געפֿינען נאָטיצן און שאַפֿונגען וועגן דעם אַמאָליקן צענטער פֿון ייִדישן לעבן אין אוקראַיִנע — קיִעוו.

צווישן די איצטיקע אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס אין קיִעוו איז וויכטיק אָנרופֿן דעם יודאַיִקאַ־אינסטיטוט. דאָס איז אַ געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע, געשאַפֿן מיט אַ ציל צו פֿאָרשן און פֿאַרשפּרייטן דאָס אַמאָליקע און איצטיקע לעבן פֿון דער ייִדישער קהילה אין אוקראַיִנע.


‫ייִדישע מאָזאַיִק

אין חודש מאַרץ מערקט מען אָפּ אין קיִעוו דעם יוביליי פֿונעם ייִדישן קלאַסיקער אויף אַ זייער אייגנאַרטיקן אופֿן. אין פֿעברואַר האָט מען צעוואַלגערט דאָס הויז, וווּ ס׳איז געווען שלום-עליכמס לעצטע דירה אין דער שטאָט. אין יאָר 1905, נאָך אַ בלוטיקן פּאָגראָם, האָט ער אויף שטענדיק פֿאַרלאָזט קיִעוו. די איצטיקע צעשטערונג פֿונעם הויז איז ניט פֿאַרבונדן מיט קיין אַנטיסעמיטישער אַקציע. עס האָט פּשוט אָפּגעשפּיגלט דעם ווילד-קאַפּיטאַליסטישן קלימאַט אין מיזרח-אייראָפּע. אויפֿן אָרט פֿונעם אַלטן הויז וועט אויסוואַקסן אַ מאָדערנער האָטעל.


קולטור־געשיכטע
דאָקומענט פֿונעם "יודאַיִקאַ־אינסטיטוט"

א

מיט 75 יאָר צוריק, סוף יאַנואַר 1934, איז באַשלאָסן געוואָרן אַריבערצופֿירן די הויפּטשטאָט פֿון דער סאָוועטיש-אוקראַיִנישער רעפּובליק: פֿון כאַרקאָוו קיין קיִעוו. מע האָט אָנגערופֿן כּלערליי אָפֿיציעלע תּירוצים פֿאַר אַזאַ באַשלוס, וועלכן מע האָט פּראַקטיש רעאַליזירט מיט פֿינף חדשים שפּעטער, סוף יוני 1934. אָבער פֿאַקטיש האָט זיך צו יענער צײַט פֿאַרענדיקט דער "קאַראַנטין" פֿון קיִעוו. די שטאָט האָט מען "אויסגעהיילט" פֿון דעם נאַציאָנאַליזם, פֿאַרשפּרייט אין די ערשטע יאָרן נאָך דער רעוואָלוציע. דעמאָלט האָט זיך קיִעוו אַסאָציִיִרט מיט אומאָפּהענגיקייט פֿון אוקראַיִנע. אין די 1930ער יאָרן, איז קיִעוו געווען וויכטיק אין דעם נײַעם אידעאָלאָגישן קלימאַט,


אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

כאַשטשעוואַצקי, משה (1897—1943)

געבוירן אין בוקי, לעבן דער שטאָט אומאַן

אַעראָפּלאַן

איז נאָך וואָס באמת
אויף דער וועלט פֿאַראַנען,
וואָס זאָל זײַן נאָך שענערס
פֿון אַעראָפּלאַנען?


גלחות (גאַלכעס)

(המשך פֿון אַ קאָמיקס־סעריע)

טעקסט פֿון אַנע ערשלער; בילדער פֿון שי כאַטשאַטוראָוו