- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ניט לאַנג צוריק איז דערמאָרדעט געוואָרן דער אַקטיאָר, קינאָ־רעזשיסאָר און גרינדער פֿון דעם "פֿרײַהייט־טעאַטער" אין דזשענין, דזשוליאַנאָ מער־כאַמיס. מען רעכנט, אַז די מערדער זײַנען מוסולמענישע פֿאַנאַטיקער, וואָס זײַנען געווען קעגן אַן אינסטיטוציע, וווּ מענער און פֿרויען שפּילן צוזאַמען אויף דער בינע. דערצו האָט די פֿאַנאַטיקער געשטערט, אַז מער־כאַמיס איז אויך אַ ייִד: זײַן מאַמע איז געווען אַ ייִדישע פֿרוי, וואָס האָט חתונה געהאַט מיט אַ קריסטלעכן אַראַבער, אַ קאָמוניסט פֿון חיפֿה. מיט דרײַ יאָר צוריק, אין אַפּריל 2008, האָט מען אין יאַפּאַן אַרעסטירט דרײַ סאַטמאַרער חסידים פֿון ישׂראל. די יונגע ישיבֿה-בחורים האָט מען פֿאַרהאַלטן אין עראָפּאָרט, ווײַל זיי האָבן געפֿירט וואַליזעס מיט "עקסטאַזי"-פּילן אויף עטלעכע מיליאָן דאָלאַר. די יונגע לײַט האָבן פֿון סאַמע אָנהייב געטענהט, אַז זיי האָבן קיין אַנונג ניט געהאַט וועגן די נאַרקאָטיקן אין זייער באַגאַזש. מיט אַנדערע ווערטער, זיי האָבן זיך אויפֿגעפֿירט ניט ווי פֿאַרברעכער, נאָר ווי טיפּשים. דער "גוטער פֿרײַנד", וועלכער האָט זיי אַזוי אונטערגעשטעלט, איז אַרעסטירט געוואָרן אין ישׂראל. אין יאַפּאַן האָט מען די אַרעסטירטע ייִדן פֿון דעסטוועגן באַשולדיקט ווי שמוגלער פֿון נאַרקאָטיקן. דער ייִנגערער פֿון זיי, יוסף באָנדאָ, האָט באַקומען פֿינף יאָר תּפֿיסה. שפּעטער האָט מען אים אַריבערגעפֿירט קיין ישׂראל, ער זאָל דאָרטן אָפּריכטן זײַנע תּפֿיסה-יאָרן. אָבער הײַיאָר איז באָנדאָ אַרויס אויף דער פֿרײַ — אַזאַ באַשלוס איז אָנגענומען געוואָרן אין ישׂראל, כאָטש מע האַלט, אַז דאָס קען מאַכן ערגער דעם מצבֿ פֿון די צוויי אַנדערע חסידים, וועלכע בלײַבן נאָך אַלץ אין די יאַפּאַנישע תּפֿיסות. דרײַ ברידער אַ מאָל האָט געלעבט אין אַ שטעטל אַ ייִד. האָט ער געהאַט דרײַ זין. האָבן די דרײַ זין ניט געקאָנט רעדן ווי אַלע מענטשן. דער עלטערער ברודער האָט נאָר געקענט זאָגן "איך". דער מיטלסטער ברודער — "פֿאַר אַ בינטל שטרוי", און דער קלענסטער, דעם טאַטנס מיזיניק, איז געווען אַ גאַנצער פּלאַפּלער. פֿון אים האָט מען שטענדיק געהערט: "ווילסט ניט גלייבן, ווער צעזעצט!" אַזוי זײַנען די דרײַ ברידער געוואַקסן און אַז מע וואַקסן, ווערט מען דערוואַקסן. האָט דער טאַטע זיי געגעבן אַ קעלבעלע און געזאָגט: — הײַנט איז אַ יריד אין שטאָט. נעמט דאָס קעלבעלע און פֿאַרקויפֿט עס, און זײַט מענטשן מיט אַלע גלײַך! האָבן זיי גענומען דאָס קעלבעלע און זיך געלאָזט גיין. באַגעגנט זיי איינער אַ פּויער. פֿרעגט ער זיי: יענעם טאָג האָבן מיר, איך און שבֿע, געגעבן אַ שבֿועה. איך האָב געבראַכט אַ מעסערל און יעדער האָט זיך געמאַכט אַ קליינטשיקן שניט אונטער דעם געלענק. מיר האָבן צוגעדריקט די אָרעמס אַזוי, אַז אונדזער בלוט האָט זיך אויסגעמישט. אויף אַזאַ אופֿן זײַנען מיר געוואָרן חבֿרים. איבער אַ יאָר, אינעם דריטן קלאַס, וועלן מיר מירצעשעם חתונה האָבן. איך האָב פֿאָרגעשלאָגן באַגלייטן זי אַהיים. שבֿע האָט געצויגן מיט די אַקסלען — "גוט". אויפֿן וועג אַהיים איז מרים די משוגענע אויסגעוואַקסן ממש פֿאַר אונדזערע אויגן. למעשׂה, האָב איך קיינמאָל ניט געהערט עמעצן רעדן מיט איר אָדער רופֿן זי בײַם נאָמען. די קינדער אין די אַרומיקע גאַסן האָבן זי גערופֿן צווישן זיך — מרים די משוגענע. |