‫זײַט װיסן

דער זומער איז געקומען צום סוף, און צוזאַמען מיט אים האָבן זיך פֿאַרענדיקט די וואַקאַציעס. אָבער די מענטשן, וואָס האָבן ליב ייִדיש, וועלן באַגלייט ווערן דאָס גאַנצע יאָר מיט די האַרציקע, ברידערלעכע געפֿילן, וועלכע זיי האָבן אַרויסגעטראָגן פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער. פֿאַר וואָס אַזוי? ווײַל זומער איז די בעסטע צײַט פֿאַר דער ייִדיש־ברודערשאַפֿט.


אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

Click on the picture to listen the media clip

דער האָן האָט געסטראַשעט * דעם גאַנצן הויף,
אַז וועקן די זון אין דער פֿרי הערט ער אויף!
‫פֿון באָריס סאַנדלער ‬


מײַנע ליבע מענטשן, זײַט גליקלעך, וואָס איר קענט זיך הײַנט לערנען ייִדיש אין אַזאַ שיין אָרט ווי פּאַריז. הונדערטער סטודענטן לערנען זיך ייִדיש יעדעס יאָר אין דעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער, מיט זײַן באַרימטער מעדעם־ביבליאָטעק — די גרעסטע זאַמלונג פֿון ייִדישע ביכער אין מערבֿ־אייראָפּע. אַחוץ די געוויינטלעכע קלאַסן און סעמינאַרן, וואָס קומען פֿאָר אין צענטער במשך פֿון אַ גאַנץ יאָר, האָט מען הײַיאָר דאָרט אויך דורכגעפֿירט די פֿינפֿטע פּאַריזער אינטענסיווע זומערקורסן פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. אַזוי האָבן אויך די באַזוכער פֿון אויסלאַנד געהאַט די געלעגנהייט צו פּראַווען ייִדישקייט אין אַ פֿראַנצויזישן נוסח.


‫ייִדישע מאָזאַיִק

דעם האַרבסט וועט אַרויסגיין דער דריטער טייל פֿון דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון חוה ראָזענפֿאַרבס טרילאָגיע "דער בוים פֿון לעבן" (זען — www.wisc.edu/ wisconsinpress/books/3801.htm ). דאָס איז אַ נײַע אויפֿלאַגע פֿונעם בוך, וואָס איז געווען פֿאַרעפֿנטלעכט אין מעלבורן, אויסטראַליע, אין יאָר 1985. די ענגלישע איבערזעצונג האָט געמאַכט די שרײַבערין צוזאַמען מיט איר טאָכטער, גאָלדי מאָרגענטאַלער, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון ענגלישער ליטעראַטור. אין אָריגינאַל, אויף ייִדיש, איז די טרילאָגיע אַרויס אין תּל־אָבֿיבֿ, אין 1972. אין יסוד פֿונעם בוך ליגן דער שרײַבערינס אייגענע איבערלעבונגען אין לאָדזשער געטאָ.


פֿאָרװערטס־ייִחוס

אויסער דעם קרײַז פֿון ייִדישע לייענער, ווייסט איצט נאָר אַ באַגרענעצטע צאָל מענטשן דעם נאָמען פֿון אַבֿרהם רייזען. אויף ענגליש איז אין 1992 אַרויס אַ זאַמלבוך פֿון רייזענס קורצע דערציילונגען (Short Stories). אָבער דאָס איז בלויז איינע פֿון די אויסגאַבעס, וואָס האָט, צום באַדויערן, געפֿונען אַן אָרט נאָר אויף עטלעכע הונדערט ביכער־פּאָליצעס.

אַ מאָל, בפֿרט אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, איז רייזען געווען אַ באַרימטער פּראָזאַיִקער און דיכטער. די ייִדישע צײַטונגען זײַנען געווען פֿאַראינטערעסירט צו דרוקן זײַנע ווערק, וואָס פֿלעגן אויסנעמען בײַם לייענער [1] . צווישן די ליבהאָבער פֿון ייִדיש איז ער געווען באַקאַנט ווי אַן איבערגעגעבענער קולטור־טרעגער. נאָך אין 1904 און 1905, ווען רייזען האָט רעדאַגירט אין קראָקע דעם וואָכנבלאַט "דאָס ייִדישע וואָרט", האָט ער דאָרט פּראָקלאַמירט ייִדיש ווי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך און אַ קולטור־שפּראַך פֿאַר דער אינטעליגענץ.