אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

אין וועלדער פֿאַרשנייטע, די שטילקייט דערוועקט,
זײַן ניגון* געשפּּילט האָט דער וואָלף אויף אַ זעג.

פֿון באָריס סאַנדלער


חנה קוקאַ

זינט איך בין אין ניו-יאָרק, האָבן מיך שוין עטלעכע מענטשן געפֿרעגט, וווּ איך האָב אויפֿגעכאַפּט די ייִדישע שפּראַך? אין ענגליש קלינגט די פֿראַגע זייער מאָדנע, ווי מע וואָלט פֿאַרבײַגעגאַנגען אַ פּאָליצע אין אַ סופּערמאַרק און פֿון דאָרט אַראָפּגענומען ייִדיש און אַרײַנגעוואָרפֿן צו זיך אינעם קויש. אויב דאָס וואָלט טאַקע געווען אַזוי, וואָלט די ייִדיש-סחורה געדאַרפֿט זײַן די סאַמע טײַערע אויף דער וועלט.

עס איז גאָר ניט גרינג צו זײַן אַ קונה פֿון ייִדיש, מחמת ייִדיש נעמט אַרום ניט בלויז לינגוויסטישע דערשײַנונגען, נאָר פֿאַרנעמט אויך אַ גאָר גרויסן קולטורעלן שטח פֿאַר זיך אַליין. כּדי צו קענען גוט די ייִדישע שפּראַך, דאַרף מען זיך אַרײַנכאַפּן אין דער ייִדישיסטישער און ייִדישער וועלט מיט הויט און ביין.


‫ייִדישע מאָזאַיִק

שלום אַש און סקאַנדאַלן אַרום אים — אַזאַ טעמע וואָלט געגעבן גענוג סחורה פֿאַר אַ דיקער מאָנאָגראַפֿיע. צוריק גערעדט, אַפֿילו איין סקאַנדאַל, וואָס האָט זיך אַנטוויקלט אַרום אַשס קריסטלעכע ראָמאַנען, האָט געבראַכט צום לעבן אַ באַזונדער בוך. אין יאָר 1950 האָט דער "פֿאָרווערטס"-מחבר חיים ליבערמאַן אַרויסגעגעבן זײַן בוך "שלום אַש און קריסטנטום: אַן ענטפֿער אויף זײַנע מיסיאָנערישע שריפֿטן". די דאָזיקע האַרבע קריטיק, וואָס האָט אַרײַנגעלייגט אַשן אין אַן אידעאָלאָגישן חרם, איז אַרויס אויך אויף ענגליש און העברעיִש.


שפּראַך־פּיטשעווקעס

"איך וויל אײַך פֿאָרשטעלן מײַן אַלטן פֿרײַנד, נאָך פֿון די מלחמה-יאָרן". איצט קלינגט די דאָזיקע פֿראַזע אַ ביסל אַלטמאָדיש. הײַנט שטעלט מען פֿאָר מענטשן ניט אַזוי פֿאָרמעל ווי אַ מאָל. מע זאָגט, למשל, "באַקענט זיך — דאָס איז מײַן פֿרײַנד, נאָך פֿון די מלחמה-יאָרן". אַגבֿ, גאַנץ אָפֿט שטעלט מען זיך פֿאָר אַליין: "דערלויבט מיר זיך פֿאָרשטעלן, איך הייס מאַקס שפּיצנודל".