‫זײַט װיסן

אויף ייִדיש זאָגט מען: אַ דריי מיט דער נאָז קאָן פּטרן אַ גוטע זאַך. אָבער נאָך ערגער איז, ווען אַ גוטע זאַך ווערט געפּטרט צוליב גלײַכגילט.

וויפֿל מאָל קאָן מען הערן אַזאַ מבֿינות: "ווייס איך וואָס! בלאָטע! וועמען אַרט עס?! זאָל עס גיין ווי עס גייט! און אַז די קאַטשקע וועט שרײַען, זאָל זי שרײַען! עס אַרט מיך ניט אויף אַ האָר", אָדער נאָך שטאַרקער: "שלאָג זיך אַליין מיטן קאָפּ אין דער וואַנט!"


אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

Click on the picture to listen the media clip

מעלה־גירהט[*] דער אָקס און בײַ זיך ער טראַכט:
ווי גוט אַזוי קײַען ביז מאָרגן פֿאַרנאַכט.

פֿון באָריס סאַנדלער


טײַערע סטודענטן פֿון ייִדיש אין דער גאָרער וועלט:
שלום-עליכם! איך הייס חנה און איך בין אױך אַ סטודענטקע פון ייִדיש. איך שרײַב הײַנט וועגן עפּעס וואָס פֿאַר מיר איז זייער טײַער: ייִדיש און די צוקונפֿט פון ייִדיש אין אַמעריקע. ס׳איז באַוווּסט, אַז אַלץ מער און מער אוניווערסיטעטן האָבן קורסן פֿון דער ייִדישער שפּראַך. אָבער איצט לאָמיך דערציילן אַ פּערזענלעכע מעשׂה וועגן דעם וואָס איז געשען, און מײַן איבערלעבונג אין בראַנדײַס-אוניווערסיטעט.


‫ייִדישע מאָזאַיִק

פֿון רעכטס: מינאַ בערן, דוד ראָגאָוו, שפֿרה לערער
"איך בין אַ קינד פֿון דער צווייטער עוועניו" — אַזוי האָט זיך פֿאָרגעשטעלט מײַק בורשטיין, דער באַקאַנטער ייִדישער אַקטיאָר. דעם 20סטן נאָוועמבער איז ער געקומען פֿון קאַליפֿאָרניע קיין ניו-יאָרק, כּדי זיך צו באַטייליקן אין דעם בענעפֿיט פֿון דרײַ וועטעראַנען פֿון דער ייִדישער בינע: מינאַ בערן, שפֿרה לערער און דוד ראָגאָוו. דעם אָוונט, לכּבֿוד די דרײַ טאַלאַנטירטע אַקטיאָרן, האָט אָרגאַניזירט דער ייִדישער קולטור-קאָנגרעס.


פֿאָרװערטס־ייִחוס

אין "בונד"

אַבראַמאָוויטש וועט ער ווערן שפּעטער. זײַן ריכטיקער נאָמען איז רפֿאל ריין. ער איז געבוירן געוואָרן אין דער משפּחה פֿון דעם וואַלד-סוחר אַברהם ריין. די שטאָט אין לעטלאַנד, וווּ די ריינס האָבן געוווינט, איז דעמאָלט געווען באַקאַנט ווי דינאַבורג. (אין 1893 וועט זי באַקומען אַ רוסישן נאָמען — דווינסק, און זינט 1920 טראָגט די שטאָט איר לעטלענדישן נאָמען — דאַוגאַוופּילס, וווּ עס לעבן נאָך איצט בײַ 500 ייִדן.)

ווי עס האָט זיך געפֿירט אין די פֿאַרמעגלעכע משפּחות, האָט אַבראַמאָוויטש באַקומען סײַ אַ טראַדיציאָנעל-ייִדישע, סײַ אַן אַלגעמיין-רוסישע בילדונג.