‫זײַט װיסן

ווי מיר האָבן אָנגעוויזן אינעם פֿאָריקן נומער, וועט דער איצטיקער "ווײַטער" דערציילן וועגן דעם וואָס עס קומט פֿאָר אויף דער "ייִדישער גאַס" אין אוקראַיִנע. העלפֿן וועט אונדז אין דעם די ניו־יאָרקער אָרגאַניזאַציע "דער קאָמיטעט פֿון ייִדישן אַנטוויקלונג־פֿאָנד" JCDF Jewish Community Development Fund in Russia/Ukraine, בראָש מיט איר פֿאַרוואַלטער ד״ר מאַרטין האָרוויץ.


אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

Click on the picture to listen the media clip

צעפּויקט האָט די נײַעס דער פּיקהאָלץ פּאָעט:
דער בער קיין פּאַריז פֿאָרט זיך לערנען באַלעט.

פֿון באָריס סאַנדלער


די ערשטע ייִדישע אײַנוואַנדערונג איז געגאַנגען פֿון מיזרח קיין מערבֿ, פֿון דרום קיין צפֿון. די ייִדן זײַנען געקומען פֿון פּערסיע, קאַווקאַזער בערג און כּוזרים־לאַנד; פֿון דער ביזאַנטישער מלוכה און קרים. שוין אין 6סטן יאָרהונדערט שטייען די ייִדן בײַם טויער פֿון אוקראַיִנע — אויפֿן קרימער האַלב־אינדזל. אין 8טן יאָרהונדערט געפֿינען זיי זיך שוין אויף די צפֿון־ברעגן פֿון שוואַרצן ים.


‫ייִדישע מאָזאַיִק
די בראָדסקי־שיל אין קיִעוו, הײַנטיקע טאָג

ייִדישע דעמאָגראַפֿיע

ס'זעט אויס, אַז דער ליובאַוויטשער רבי איז אַמאָל געווען גערעכט מכּוח אַ -12מיליאָניקער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. די אָפֿיציעלע סטאַטיסטיק האָט אָבער דעמאָלט אָנגעוויזן אַ זעקס מאָל קלענערע צאָל. אַ גוטן באַווײַז פֿון דעם פּאַראַדאָקס זעט מען אין אַרמעניע, וווּ אין די סוף 1980ער האָבן דאָרט, לויט דער סטאַטיסטיק, געוווינט אין גאַנצן 700 ייִדן. אין משך פֿון די 1990ער יאָרן זײַנען פֿון אַרמעניע אַרויסגעפֿאָרן אַרום דרײַ טויזנט נפֿשות — קיין ישׂראל און אַנדערע לענדער. און עס זײַנען פֿאַרבליבן ... פֿיר הונדערט ייִדן.


ייִדיש אין די שטעט און שטעטלעך

אין אוקראַיִנע איז פֿאַראַן אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס הייסט "די רעגיאָנאַלע אַסאָציאַציע פֿון קליינע שטעט (שטעטלעך)". פֿון יאָר 1999 רעאַליזירט זי אויך דעם פּראָיעקט "ס'לעבן פֿון ייִדיש". בײַם אָנהייב האָט מען די אַרבעט געפֿירט אין פֿיר קהילות: קאָרסון-שעווטשענקאָווסקי, זוועניגאָראָדקע, באָגוסלאַוו און פּערעיאַסלאַוו-כמעלניצקי. פֿון 2001 איז די רשימה געוואָרן אַ סך לענגער. עס באַטייליקן זיך אין דער דאָזיקער טעטיקייט אויך די קהילות פֿון אימען (אומאַן), סמעלע, בראָוואַר, באָיאַרקע, שפּאָלע, סקוויר, אירפּען און פֿאַסטאָוו.