DOWNLOAD PDF: Vayter 2012 #04

שוין 15 יאָר קומט אין דײַטשלאַנד פֿאָר אַ יערלעכער סימפּאָזיום (לסירוגין, טריר, דיסעלדאָרף), וווּ עס זאַמלען זיך צונויף כּלערליי מומחים אינעם געביט פֿון ייִדיש. כּדי ניט צו מאַכן קיין קאָמפּראָמיסן און אָנהאַלטן דעם הויכן ניוואָ פֿון די רעפֿעראַטן, האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן — פּראָפֿעסאָר מאַריאָן אַפּרוט פֿון דיסעלדאָרף און פּראָפֿעסאָר שמעון נויבערג פֿון טריר — אײַנגעפֿירט אַ כּלל, אַז די באַטייליקטע זאָלן האַלטן זייערע רעדעס אָדער אויף דײַטש, אָדער אויף ייִדיש. אויף אַזאַ אופֿן באַקומט מען אַן אייגנאַרטיקע אייראָפּעיִשע סבֿיבֿה, אַנטקעגן די מער דאָמינירנדיקע אַקאַדעמישע צענטערס פֿון ייִדישע לימודים, און קודם-כּל, אין דער ענגליש־שפּראַכיקער צפֿון-אַמעריקע. אַזוי צי אַזוי, איז הײַיאָר דער סימפּאָזיום פֿאָרגעקומען אינעם הענריך הײַנע־אוניווערסיטעט אין דיסעלדאָרף, פֿונעם 3טן ביזן 5טן סעפּטעמבער.
כּדי צוצוגעבן אַ פֿאַקטישן באַווײַז לגבי דער גרויסער ראָלע וואָס ייִדיש, ווי אַ גערעדטע שפּראַך, שפּילט אויף דעם סימפּאָזיום, דאַרף מען בלויז אָנווײַזן, אַז פֿון די סך-הכּל זעקס־און־צוואַנציק רעפֿעראַטן, זיינען נײַן פֿון זיי (35%) געהאַלטן געוואָרן אויף ייִדיש. דאָס איז ניט קיין קליינער אויפֿטו. עס איז אַ סימן, אַז ייִדיש לעבט נאָך אין די אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן און צווישן די סעקולערע שיכטן. אין איינעם מיט די רעדנער פֿאָרן זיך אַהין צונויף אַ שלל אַנדערע ייִדיש-מומחים פֿון מערבֿ-אייראָפּע, צו הערן די לעקציעס און פּשוט צו זײַן אַ טייל פֿון דער ייִדיש-סבֿיבֿה, וואָס ווערט דאָרט געשאַפֿן. למשל, יוסטוס פֿאַן דע קאַמפּ פֿון אַמסטערדאַם דעפֿינירט זיך ווי אַ "היסטאָריקער, לעקסיקאָגראַף, ייִדישיסט". איך האָב די דאָזיקע זעלבסט־דעפֿינירונג גענומען פֿון זײַן צוויי-שפּראַכיק (ייִדיש און האָלענדיש) וויזיט-קאַרטל, וואָס ער האָט מיר געגעבן. הײַנט אַרבעט ער אויף אַ ייִדיש-האָלענדישן ווערטערבוך און ער שרײַבט אַ בוך מכּוח דער געשיכטע פֿון אייראָפּעיִשע ייִדן.


דעם 12טן אויגוסט 1952 זײַנען אין מאָסקווע דערשאָסן געוואָרן דרײַצן מיטגלידער פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. דעם קאָמיטעט האָט די סאָוועטישע רעגירונג געשאַפֿן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. דאָס איז געווען אַ טייל פֿון דער ברייטער פּראָפּאַגאַנדיסטישער קאַמפּאַניע, געפֿירט אין פֿאַרשיידענע ריכטונגען. די ריכטונג פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט איז געווען געצילט, דער עיקר, אויף אויסלאַנד — צו באַזאָרגן פֿאַרן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַן ענטוזיאַסטישע שטיצע מצד ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און יחידים. די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען דער וויכטיקסטער אַדרעסאַט פֿאַר די פּראָפּאַגאַנדיסטישע און פּשוט אינפֿאָרמאַטיווע מאַטעריאַלן פֿונעם קאָמיטעט.
צו דער דאָזיקער אַרבעט זײַנען צוגעצויגן געוואָרן צענדליקער שרײַבער און זשורנאַליסטן; קודם-כּל די, וואָס האָבן געשריבן אויף ייִדיש. אַ טייל פֿון זייערע ווערק האָט מען געדרוקט אין דער ייִדישער צײַטונג “אייניקייט", וואָס דער קאָמיטעט האָט אַרויסגעגעבן. אַנדערע מאַטעריאַלן — אויף ייִדיש, רוסיש, ענגליש און אַנדערע שפּראַכן — פֿלעגט מען צעשיקן איבער דער גאָרער וועלט, זיי זאָלן אויסגענוצט ווערן אין דער אַלגעמיינער פּרעסע. אין ניו-יאָרק האָט זיך אַפֿילו באַוויזן אַן אייגענע צײַטונג מיטן זעלבן טיטל, “אייניקייט". זי האָט געדרוקט סײַ אייגענע מאַטעריאַלן, סײַ די טעקסטן פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט.
אַ גרויסן אינטערנאַציאָנאַלן אָפּקלאַנג האָט געהאַט די נסיעה פֿון צוויי טוער פֿון דעם קאָמיטעט: דעם אָנפֿירער פֿונעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער שלמה מיכאָעלס און דעם דיכטער איציק פֿעפֿער. אין יאָר 1943 האָבן זיי באַזוכט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, מעקסיקע און גרויס-בריטאַניע. אַ דאַנק דעם וויזיט, זײַנען שטאַרקער געוואָרן די קאָנטאַקטן צווישן דעם קאָמיטעט און דעם ייִדישן אויסלאַנד.


אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

אין אַ קליין שטעטל קאַפּרעשט איז אַ מאָל געווען אַ שנײַדערל, וואָס האָט זייער שיין געזונגען און געחלומט צו ווערן אַ חזן. איין מאָל רופֿט זיך צו אים אָן דער באַלעבאָס: “אַז דו וועסט מיר קענען פֿאַרנאַרן די חיות פֿונעם וואַלד מיט דײַן שיין זינגען, וועל איך דיך מאַכן פֿאַר אַ חזן".
דאָס שנײַדערל האָט אים אויסגעהערט און געזאָגט: “גוט!" ער האָט זיך אויפֿגעהויבן און אַוועקגעלאָזט אין וואַלד אַרײַן מיט אַ גרויס געזאַנג. גייט ער אַזוי אין וואַלד און זינגט:

זיצט אַ שנײַדער, נייט אין נויט
האָט קדחת, ניט קיין ברויט;
זיצט אַ שנײַדער, האַלט אַ נאָדל
און פֿאַרדינט קיין גראָשן גדול.

ער זינגט און זינגט, אָבער ער זעט ניט קיין שום חיות. האָט ער זיך באַטראַכט און זיך גענומען מאַכן אַ קליין שטיבעלע פֿון האָלץ, אַ קײַלעכיקס מיט אַ בוידעמל פֿון אויבן. און אַז ער האָט שוין געמאַכט פֿאַרטיק דאָס שטיבעלע, האָט ער אונטן אָנגעלייגט אַ סך פֿלייש, די טיר געלאָזט אָפֿן און אַליין אַרויף, און זיך באַהאַלטן אויפֿן בוידעמל.
זיצט ער אַזוי אויפֿן בוידעמל און זינגט:

זאָל איך זײַן אַ חזן,
האָב איך ניט קיין קול;
זאָל איך זײַן אַ שוסטער,
האָב איך ניט קיין אָל.


איז עס מעגלעך אָנצושרײַבן אַ גאַנץ בוך וועגן דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון דער ייִדישיסטישער באַוועגונג און ניט דערמאָנען דערבײַ די צײַטונג “פֿאָרווערטס", די אָרגאַניזאַציע “יוגנטרוף", די כּלערליי צונויפֿקומענישן פֿון יחידים וואָס האָבן ליב ייִדיש? עס לאָזט זיך אויס, אַז אַלץ איז מעגלעך, אויב מע לייגט צו אַזאַ עבֿודה באמת געניטע הענט. אַ בוך פֿון אַזאַ שניט איז טאַקע אָנגעשריבן און אַרויסגעגעבן געוואָרן. הייסן הייסט עס Twenty-First Century Yiddishism.
די מחברטע, טאַטיאַנאַ סאָלדאַט-יפֿה, האָט דאָס בוך (און פֿריִער די דאָקטאָר-דיסערטאַציע) געשריבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. איז עס, דאַכט זיך, אַ לאַנד, וואָס איז פֿול מיט געשעענישן, אינסטיטוציעס, אָרגאַניזאַציעס און יחידים, וועלכע קענען געבן גענוג סחורה פֿאַר אַ פֿאָרשונג פֿון ייִדישיזם. אַ באַזונדערן קאַפּיטל פֿאַרדינט די סבֿיבֿה, געשאַפֿן דורך “יוגנטרוף" (http://yugntruf.org) און “ייִדיש-ליגע" (www.leagueforyiddish.org). אָבער זיי זײַנען אַפֿילו ניט דערמאָנט געוואָרן. אַ באַלערנדיקער קאַפּיטל קען אָנגעשריבן ווערן וועגן די ייִדישע קלובן (http://www.derbay.org), אָבער זיי האָבן לחלוטין ניט פֿאַראינטערעסירט די פֿאָרשערין. עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל צו דערוואַרטן אין אַ בוך מיט אַזאַ טיטל אַן אַנאַליז פֿון דער לאַנגיאָריקער געשיכטע פֿון ייִדישע זומער-פּראָגראַמען — אָבער ס’איז אַ פּוסטע טירחה צו זוכן אין דעם בוך כאָטש עטלעכע ווערטער וועגן דעם דאָזיקן וויכטיקן פֿענאָמען.


דעם 12טן און 13טן נאָוועמבער וועט אין פּאַריז דורכגיין אַ סימפּאָזיום געווידמעט ייִדיש. די אניציאַטיוו פֿון דורכפֿירן אַזאַ אונטערנעמונג איז געקומען פֿון דער פֿאָרשטייערשאַפֿט פֿון בני-ברית בײַ דער יונעסקאָ. לויט דעם, וואָס עס שטייט געשריבן אין דעם וועב-זײַטל פֿון אייראָפּעיִשן בני-ברית (http://www.bnaibritheurope.org/bbe), באַקומט זיך, אַז די טוערס פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע האָבן זיך פּלוצעם דערוווּסט וועגן דעם שווערן מצבֿ פֿון ייִדיש, און די דאָזיקע — משמעות פֿרישע פֿאַר זיי — אינפֿאָרמאַציע האָט זיי ממש גערירט. ווי אַ פּועל-יוצא, איז אויפֿגעקומען דער געדאַנק דורכצופֿירן אַ סימפּאָזיום.
אַזוי צי אַזוי, שאַט עס ניט, פֿאַרשטייט זיך, צונויפֿקלײַבן געלערנטע און קולטור-טוערס, געבן זיי אַ מעגלעכקייט זיך טיילן מיט זייער דערפֿאַרונג, פּראָבלעמען, אידעען. בפֿרט נאָך, אַז פּאַריז איז אַ גוט אָרט פֿאַר אַזאַ צונויפֿקומעניש. ערשטנס, איז עס פּשוט אַ שיינע שטאָט. צווייטנס, האָט עס דעם ייִדישן צענטער בײַ דער מעדעם-ביבליאָטעק. אָן דער דאָזיקער אינסטיטוציע וואָלט דאָרטן אַזאַ סימפּאָזיום אפֿשר ניט געהאַט קיין שום זין. יצחק ניבאָרסקי, די צענטראַלע פֿיגור אין דעם פּאַריזער ייִדישן צענטער, וועט עפֿענען די דאָזיקע אונטערנעמונג, אין וועלכער עס וועלן זיך באַטייליקן — ווי רעדנערס — אַ פּאָר צענדליק לײַט, סײַ היגע, פּאַריזער, סײַ געסט פֿון אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, ווי אויך פֿון ישׂראל, אויסטראַליע און אַמעריקע.
אָט ווי עס קלינגען די טעמעס פֿון אייניקע רעפֿעראַטן:


מיכאַיִל זשוואַנעצקי איז דער באַקאַנטסטער רוסישער הומאָריסט. ער שטאַמט פֿון אָדעס, וואָס מע האַלט אין דער רוסישער קולטור פֿאַרן הויפּטצענטער פֿון הומאָר. מיר ברענגען דאָ עטלעכע אַרויסזאָגונגען פֿון זשוואַנעצקי:

מע דאַרף ניט זײַן גרויס צו האָבן אַ גרויסקייט-משוגעת. ס’איז גענוג צו זײַן משוגע.

* * *

אין דעם פּאַפּירל, וואָס איך האָב געדאַרפֿט פֿאַרפֿילן פֿאַר דער אָפּעראַציע, איז געשטאַנען געשריבן: “וועמען זאָלן מיר קאָנטאַקטירן אין אַ נויטפֿאַל?" האָבן איך אָנגעשריבן: “אַ דאָקטער וואָס האָט אַ בעסערע קוואַליפֿיקאַציע".

* * *

ס’איז אַוודאי גוט צו לעבן ביז 120 יאָר. אָבער וווּ נעמט מען אַזוי פֿיל געלט?

* * *

טאָמער אײַערע קרובֿים און פֿרײַנד טעלעפֿאָנירן ניט אײַך אין משך פֿון אַ לענגערער צײַט, הייסט עס אַז בײַ זיי איז אַלץ כּשורה!

* * *

ס’איז בעסער צו מאַכן אַ שווײַג און אויסזען ווי אַ נאַר, איידער צו עפֿענען דאָס מויל און ניט איבערלאָזן קיין שום ספֿקות וועגן זיך.

* * *

אַ מאָל בין איך געווען יונג און שיין, איצט בין איך נאָר שיין.

* * *

אַלע געניאַלע מענטשן זײַנען שוין געשטאָרבן, און איך פֿיל זיך אויך ניט זייער גוט.