טעאַטער
פֿון מיכאל בן־אַבֿרהם (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עטל קאָווענסקי און דער שרײַבער מישע לעוו
אין חודש סעפּטעמבער 1939, איז אויסגעבראָכן די צווייטע וועלט־מלחמה. לויטן אָפּמאַך פֿון מאָלאָטאָוו־ריבענטראָפּ האָט דײַטשלאַנד פֿאַרנומען דעם מיזרח־טייל פֿון פּוילן און דער ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט פֿאַרנומען די אַזוי גערופֿענע "קרעסן", ד״ה מערבֿ־אוקראַיִנע און מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד.

דאָס שטעטל וווּ עטל קאָווענסקי איז געבוירן געוואָרן, אַ ייִדיש שטעטל מיטן נאָמען זשעטל, איז אַריבער צו די סאָוועטן. סוף 1939 איז געקומען צו עטלען אַ פֿעטער פֿון מאָסקווע און איר געזאָגט: "דײַן פּלאַץ דאַרף זײַן אין מאָסקווע. דו וועסט דאָרט מאַכן אַן אַרטיסטישע קאַריערע".

טעאַטער
פֿון מיכאל בן־אַבֿרהם (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

זלמן קאָלעשניקאָװ

פֿאַראַן געניאַלע אַקטיאָרן (זײער װײניק!), פֿאַראַן גוטע אַקטיאָרן, פֿאַראַן אױך מיטלמעסיקע אַקטיאָרן... שלעכטע אַקטיאָרן װיל איך גאָרנישט דערמאָנען... עס איז אָבער פֿאַראַן נאָך אַ קאַטעגאָריע אַקטיאָרן — אינטערעסאַנטע אַקטיאָרן, אינטעליגענטע מענטשן.

דאָס זעלבע קאָן מען זאָגן װעגן שרײַבער, מוזיקער, מאָלער, װיסנשאַפֿטלער, װעגן שנײַדער און שוסטער...

טעאַטער
פֿון מיכאל בן־אַבֿרהם (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג ״קײטן״ פֿון ה. לײװיק
ה. לײװיק איז געװען סײַ אַ גרױסער דיכטער, סײַ אַ באַדײַטנדיקער און אָריגינעלער דראַמאַטורג. אין דער װעלט־ליטעראַטור זענען געװען אַזעלכע שרײַבער, װעלכע האָבן זיך אױסגעצײכנט פּאַראַלעל אױפֿן געביט פֿון פּאָעזיע און דראַמאַטורגיע: װיליאַם שעקספּיר, װלאַדימיר מאַיאַקאָװסקי, פֿעדעריקאָ גאַרסיאָ לאָרקאַ. פֿאַראַן אױך אַזעלכע דראַמאַטורגן, װאָס האָבן זיך באַשעפֿטיקט בלױז מיט שרײַבן דראַמאַטורגישע װערק. לײװיק האָט זיך אױסגעצײכנט אױף בײדע געביטן — פּאָעזיע און ליטעראַרישע דראַמאַטורגיע.

טעאַטער
מינע בערן

די בינע־טעטיקייט פֿון מינאַ בערן דאַרף פֿאַרטיילט ווערן אויף עטלעכע תּקופֿות — פֿון די דרײַסיקער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט ביז איר אַרבעט אין ייִדישן טעאַטער הײַנט־צו־טאָג:

— אַ יונגע ייִדישע אַקטריסע אין פֿאַרמלחמהדיקן פּוילן, ביזן אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה;

— די מלחמה־יאָרן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און אין אוגאַנדע;

— איר אַרבעט אין ייִדישן און העברעיִשן טעאַטער אין ארץ־ישׂראל — 1944־1949;

— איר בינע־טעטיקייט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ זי לעבט און שפּילט ייִדיש טעאַטער ביזן הײַנטיקן טאָג.