דורשט נאָך וויסן איז געווען כאַראַקטעריש פֿאַר ייִדישע סאָציאַליסטישע קרײַזן. גאָר ניט צופֿעליק איז דווקא ווילנע, דער אינטעלעקטועלער צענטער פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשן ייִדנטום, געוואָרן אויך דער גײַסטיקער צענטער פֿון ייִדישן סאָציאַליזם. מע האָט דאָך געהאַלטן, אַז הויכע ייִדיש-קולטור, דער עיקר, ליטעראַטור, קען שאַפֿן אַ נײַע ייִדישע גאַנצקייט — אָבער ניט פֿון "אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר", נאָר פֿון אַ מאָדערנעם, וועלטלעכן ייִדן.
ווילנע איז געווען דער אַדמיניסטראַטיווער און עקאָנאָמישער צענטער פֿון דער ווילנער גובערניע, און — ווי יעדער אַזאַ צענטער — האָט די שטאָט צוגעצויגן אַ היפּשע צאָל געבילדעטע מענטשן. אַהין פֿלעגט מען אַרויסשיקן די אינטעליגענטן, וועלכע האָבן זיך "פֿאַרזינדיקט" אין גרעסערע שטעט, קודם-כּל, פֿאַר זייער רעוואָלוציאָנערער טעטיקייט. אין ווילנע האָט מען געגרייט לערער פֿאַר ייִדישע מלוכה-שולן.