‫זײַט װיסן

סוף סעפּטעמבער האָט "ווײַטער" זיך באַוויזן אויף דעם באַנײַטן וועבזײַטל פֿון "פֿאָרווערטס". איצט וועט איר קאָנען לייענען אײַער צײַטונג אויך אין אַן עלעקטראָנישן פֿאָרמאַט. נאָך מער: אין גיכן, וועט מען קאָנען נישט בלויז לייענען יעדע זײַט פֿון "ווײַטער", נאָר זי אויך הערן, וואָס איז זייער נוצלעך.


אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

Click on the picture to listen the media clip

קוק, ווי שיין דאָס הינטל איז —
לאַנגע אויערן און קורצע פֿיס.
פֿון באָריס סאַנדלער


אויף דער ״ייִדיש־וואָך״ פֿון ״יוגנטרוף״, 2006

עס זײַנען דאָ מענטשן, וואָס האָבן ייִדיש אַזוי שטאַרק ליב, אַז זיי טראָגן זיך אַרום מיטן געדאַנק צו דערציִען זייערע קינדער אויף ייִדיש. בײַ די חסידים איז דאָס רעדן ייִדיש מיט די קינדער אַ טאָג־טעגלעכע זאַך, און עס זײַנען נאָך הײַנט פֿאַראַן משפּחות פֿון "ייִדישיסטן", וווּ טאַטע־מאַמע האָדעווען אויס אַ נײַעם דור אויף מאַמע־לשון. אָבער פּראַקטיש גערעדט: ווי אַזוי געפֿינט מען אַ ייִדיש־רעדנדיק מיידל אָדער אַ בחור, מען זאָל קענען דערציִען די קינדער?


‫ייִדישע מאָזאַיִק

דער גורל פֿון ייִדיש-לימודים אין אוניווערסיטעטן איז אָפֿט אָפּהענגיק פֿון ברייטהאַרציקייט. אויב מע געפֿינט אַ בעל־טובֿה[1] — האָט מען אַזעלכע לימודים, און אויב קיין ספּאָנסאָר זוכט זיך ניט אויס — בלײַבט מען אָן ייִדיש. אַ בשׂורה־טובֿה[2] איז אין מיט-סעפּטעמבער געקומען פֿון אויסטראַליע: ייִדיש איז געראַטעוועט געוואָרן אין דעם אוניווערסיטעט פֿון סידני.

די מעשׂה איז אַזאַ: אַ ברייטהאַרציקע פֿרוי, וואָס הייסט נאָרע גודרידזש, האָט געטראַכט וועגן אַ מתּנה פֿאַר איר מאַן, צו זײַן ווערן אַ בן־שמונים[3]. דן גודרידזש איז אַ ליבהאָבער פֿון ייִדיש. צוזאַמען מיט זײַן טאָכטער האָט ער געלערנט ייִדיש אין דעם אוניווערסיטעט פֿון סידני. ביידע — דער טאַטע און די טאָכטער — האָבן אין יאָר 2000 באַקומען דיפּלאָמען אין ייִדיש-לימודים.


פֿאָרװערטס־ייִחוס

בערלין

יעקבֿ און יוסף לעשצינסקי
נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה איז די דײַטשישע הויפּטשטאָט געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿאַר ייִדישער טעטיקייט. אין דײַטשלאַנד בכלל און אין בערלין בפֿרט האָבן זיך באַזעצט[1] טויזנטער פּליטים פֿון מיזרח-אייראָפּע. צווישן זיי זײַנען געווען אויך ניט ווייניק טוער פֿון ייִדישער קולטור.

די גרויסע אינפֿלאַציע, וועלכע איז געווען דעמאָלט אין דײַטשלאַנד, האָט פֿון דעסטוועגן געבראַכט אַ גוטע הכנסה די ייִדישע פֿאַרלעגער. ס׳איז ביליק געווען צו דרוקן אין דײַטשלאַנד ביכער און פֿאַרקויפֿן זיי אין אַנדערע לענדער. אַזוי האָט בערלין אויף אַ קורצער צײַט פֿאַרנומען דאָס צווייטע אָרט אין דער וועלט (אויפֿן ערשטן אָרט איז געווען וואַרשע) לויט דער צאָל פֿון אַרויסגעלאָזטע ייִדישע ביכער.