DOWNLOAD PDF: Vayter 2012 #03

צום צווייטן מאָל האָט די ייִדישע מוזיק־ און שפּראַך־פּראָגראַם בײַם "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" געשטעלט דעם טראָפּ אויף די פֿאַרבינדונגען צווישן די ייִדישע און דײַטשע פֿאָלקסלידער, טענץ און אינסטרומענטאַלער מוזיק. דער אַנאַליז פֿון דער געשיכטע לגבי די באַציִונגען צווישן די צוויי פֿעלקער, דײַטשן און ייִדן, איז פֿאַרכמאַרעט געוואָרן נאָכן חורבן, און ד״ר אַלען בערן, דער גרינדער און דירעקטאָר פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", האַלט, אַז איצט איז געקומען די צײַט צו באַטראַכטן די בשותּפֿותדיקע מוזיקאַלישע אַספּעקטן אין דער געשיכטע.
מיט דעם ציל און אויף דער טעמע האָט מען פֿאַרבעטן עטלעכע לערערס אָנצופֿירן מיט די אינטענסיווע וואַרשטאַטן. אַנדרעאַס שטיטגאַס, אַ דײַטשער מוזיקער פֿון קעלן, פֿון דער קאַפּעליע "קיצל אין האַרצן", האָט בעתן פֿאַרגאַנגענעם יאָר אויסגעזוכט די פּאַראַלעלן צווישן די ייִדישע און דײַטשע פֿאָלקסלידער. נוסחאָות פֿון די זעלביקע לידער, אויף ביידע שפּראַכן, האָט ער געפֿונען סײַ בײַ מער באַקאַנטע לידער ווי "גיי איך מיר שפּאַצירן", סײַ בײַ זעלטן־געזונגענע באַלאַדעס ווי "פֿאָרט אַ ייִדעלע, פֿאָרט אַרויס" און "אַ בער פֿון וואַלד". דאָס פּסח־ליד "אחד מי יודע" האָט אויך אַן אַלטן וואַריאַנט אויף דײַטש, און מע האָט זיי ביידע געלערנט. שמיטגאַס און זײַן מיט־לערערין, די זינגערין סוועטלאַנאַ קונדיש, האָבן אָפֿט בײַם זינגען געמישט די ייִדישע און דײַטשע וואַריאַנטן, כּדי אַרויסצוהייבן די ענלעכקייטן.


‫ייִדישע מאָזאַיִק

ס’איז ניט קיין סוד, אַז שלום-עליכם ווערט איצט געלייענט, דער עיקר, אויף אַנדערע שפּראַכן, ניט אויף ייִדיש. די סיבה איז אַ פּשוטע: דער ייִדישער לייענער פֿון זײַנע ווערק איז כּמעט ניט בנימצא. פֿאַרבונדן איז אַזאַ מצבֿ ניט נאָר מיט דער צאָל מענטשן, וואָס קענען איבערלייענען אַ ייִדישן טעקסט. די זאַך איז אַז, ערשטנס, נאָר זייער אַ קליינער חלק פֿון אָט די ייִדיש-לייענענדיקע לײַט (בדך-כּלל פֿרומע) וועלן נעמען אין די הענט אַ בוך פֿון אַזאַ "טריפֿהנעם" שרײַבער. צווייטנס, אויב זיי וועלן אַפֿילו עפֿענען שוין יאָ אַזאַ בוך, וועט זיי זײַן גאַנץ שווער צו פֿאַרשטיין שלום-עליכמס פּראָזע. אי די שפּראַך איז אַנדערש אין פֿאַרגלײַך מיט דעם ייִדיש וואָס דער פֿרומער עולם רעדט הײַנט-צו-טאָג, אי די סבֿיבֿה און די געשעענישן, באַשריבן דורך דעם ייִדישן קלאַסיקער, זײַנען זייער ווייניק באַקאַנט אין די איצטיקע חרדישע קרײַזן.
מע קען ניט זאָגן, אַז די איבערזעצונגען פֿון שלום-עליכמס ווערק ווערן צעכאַפּט דורך דעם מאַסן-לייענער. זײַן נאָמען איז ברייט באַקאַנט מערסטנטייל אַ דאַנק די מאָדערנע גילגולים פֿון זײַנע ווערק; קודם-כּל, פֿון דעם "פֿידלער אויפֿן דאַך". און דאָך האָבן זײַנע ווערק לייענער (זאָל זײַן אַ באַגרענעצטע צאָל) אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן. און די צאָל איבערזעצונגען האַלט אין איין וואַקסן. בפֿרט נאָך, אַז אַזאַ לעקטור ווערט גענוצט אויף די לערן-קורסן פֿון פֿאַרשיידענע ניוואָען.


זינט דעם יאָר 1979 גייט אַרויס אין דער עסטרײַכישער שטאָט גראַץ דער זשורנאַל Lichtungen (לאָנקעס), וואָס איז געוואָרן אַ גאַנץ באַקאַנטער ליטעראַרישער פֿאָרום. אין זײַן נומ’ 128(http://www.lichtungen.at/heft_detail.asp?heft=55&jahr=2011),האָט דער זשורנאַל אויסגעטיילט אַ דריטל פֿון זײַן פֿאַרנעם פֿאַר דײַטשישע איבערזעצונגען פֿון לידער און פּראָזע-ווערק, אָנגעשריבן דורך אַ צאָל הײַנטצײַטיקע ייִדישע מחברים: לאה ראָבינסאָן, שלום בערגער, לייזער בורקאָ, חיקע ברוריה וויגאַנד, באָריס סאַנדלער, מיכאל פֿעלזענבאַום, בערל קאָטלערמאַן, עמיל קאַלין. דער איבערזעצער, טאָמאַס סאָקסבערגער, איז אַליין אַ ייִדישער שרײַבער.
זײַנע לידער און דערציילונגען האָבן זיך געדרוקט אין פֿאַרשיידענע צײַטשריפֿטן. אָט איז איינס פֿון זײַנע צוויי לידער, וואָס זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט אין די "לאָנקעס":

פֿאַרגעס-אין-מיר
עס בליט אַ בלום: "פֿאַרגעס-אין-מיר".
מסתּמא ס’איז פֿאַר דער בלום
די צײַט צו בליִען איצט. ווײַל ניט
איך קום
שוין מער צו דיר, און ניט מער דו צו מיר.
דערפֿאַר וואַקסט איצטער אויס,
גאַנץ נאָענט בײַ מײַן טיר, די בלום
"פֿאַרגעס-אין-מיר".

זי בליט, די בלום "פֿאַרגעס-אין-מיר"
מיט אַזאַ אויסטערליש קאָליר
(פֿאַר קיינעם ניט געדאַכט).
עס אַרט מיך ניט איר בליִען, ניין.
איך האָב פֿון לאַנג שוין ניט קיין
האַרץ ניט מער.
נאָר עס אַרבעט יענער פּלומפּ אין מיר
וואָס טיאָכקעט, טיאָכקעט, נודנע,
טאָג ווי נאַכט.


דעם 30סטן מײַ 1912 איז אין דעם בוקאָווינער שטעטל וויזשניץ געבוירן געוואָרן דער ייִדישער שרײַבער יוסף בורג. אין זײַן יוגנט האָט ער זיך געלערנט אין ווין, אָבער נאָך דעם "אײַנשלוס" האָט ער געמוזט זיך אומקערן אין בוקאָווינע, קיין טשערנאָוויץ. אַזוי איז ער געוואָרן אַ סאָוועטישער בירגער, ווײַל טשערנאָוויץ, ביז אַהער אַ שטאָט אין רומעניע, איז זומער 1940 אָקופּירט געוואָרן דורך דער רויטער אַרמיי און איז געוואָרן אַ טייל פֿון סאָוועטן-אוקראַיִנע. אַזוי — שוין אַן אוקראַיִנישע שטאָט — בלײַבט טשערנאָוויץ ביזן הײַנטיקן טאָג.
הגם בורגס ערשטע ווערק האָבן זיך באַוויזן אין צײַטשריפֿטן נאָך אין די 1930ער יאָרן און פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגן זײַנע דערציילונגען זיך באַווײַזן אין דעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", איז ער געוואָרן באַזונדערס באַקאַנט סוף 1980ער יאָרן. דעמאָלט האָבן אין דײַטשלאַנד אָנגעהויבן אַרויסגיין איבערזעצונגען פֿון זײַנע ווערק. אַ דאַנק דעם פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטישן רעזשים, איז געפֿאַלן דער "אײַזערנער פֿירהאַנג", וואָס האָט געהאַלטן פֿאַרמאַכט די סאָוועטישע וועלט. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט בורג באַקומען די מעגלעכקייט אַרויסצופֿאָרן פֿון לאַנד, און ער איז געוואָרן אַן אָפֿטער און אָנגעלייגטער גאַסט אין די דײַטש-רעדנדיקע לענדער.


אין ייִדיש איז דאָס וואָרט "דיוואַן" אַ גאַסט פֿון סלאַווישע שפּראַכן. אָבער ניט אַלע סלאַוון האָבן זיך צונויפֿגערעדט, ווי אַזוי צו אינטערפּרעטירן דאָס וואָרט, וואָס איז צו זיי געקומען, אַ פּנים, פֿון טערקיש. האָבן די פּאָליאַקן (און במילא אויך פּוילישע ייִדן), למשל, גענומען אַזוי אָנרופֿן אַ טעפּעך, בעת די רוסן און אוקראַיִנער (און ייִדן פֿון יענע מקומות) רופֿן אַזוי אַ סאָפֿע.
און עס באַקומט זיך, אַז די אײַנלאַדונג "זעצט זיך, זײַט אַזוי גוט, אויפֿן דיוואַן", קען מיינען פֿאַרשיידענע זאַכן.


אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

אַ מאָל איז עס געווען, ווען די מלאכים זײַנען געווען אין הימל, און אויף דער ערד האָבן געלעבט גוטע מענטשן. איז געווען אַזאַ פֿײַנער ייִד, אַ לערנער אין דאָרף. האָט ער געהאַט דרײַ זין, געטרײַע קינדער. און ווען ס’איז געקומען זײַן צײַט צו שטאַרבן, האָט ער צונויפֿגערופֿן זײַנע דרײַ זין און האָט צו זיי געזאָגט אַזוי: "מײַנע ליבע קינדער, איך גיי שטאַרבן. לאָז איך אײַך אַ צוואה און זאָג אײַך אָן, אַז איך וועל שטאַרבן, זאָלט איר מיך מקבר זײַן לעבן יענעם יעלניק, וווּ דער געלער זאַמד אין וועלדל, און איר זאָלט קומען צו מיר נעכטיקן אויף מײַן קבֿר דרײַ נעכט נאָכאַנאַנד, איינציקווײַז. זאָל פֿריִער קומען דער עלטערער זון, דערנאָך דער מיטעלער און צום סוף זאָל קומען דער ייִנגסטער. קומט און האָט פֿאַר גאָרניט מורא — וועט אײַך זײַן גוט!"
און דער ייִד איז געשטאָרבן, און זײַנע זין האָבן אַלץ געטאָן אַזוי ווי ער האָט זיי פֿאַרזאָגט אין דער צוואה. די ערשטע נאַכט גייט דער עלטערער זון נעכטיקן אויפֿן טאַטנס קבֿר. האָט ער איבערגענעכטיקט די נאַכט און אַז ס’איז געוואָרן טאָג, איז ער געגאַנגען אַהיים. אויפֿן וועג אַהיים באַגעגנט ער אַן אַלטן ייִד, אַ צעקנייטשטן אַן אײַנגעבויגענעם, מיט אַ לאַנגער ווײַסער באָרד און געדיכטע ווײַסע ברעמען. און פֿון אונטער די בערשטעלעך ברעמען קוקן אַרויס צוויי וווילע אויגן. ווער איז דער ייִד?