תּורה־געדאַנק

בײַם סוף פֿון אונדזער פּרשה איז דאָ דער אָנזאָג פֿון דעם אויבערשטן צו משה רבינו "בעצם היום הזה לאמור: עלה אל הר העבֿרים הזה הר נבֿו וגו׳ ומות בהר" — דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה רבינו אין מיטן טאָג אַזוי צו זאָגן: גיי אַרויף אויף אָט דעם "עבֿרים"־באַרג, דעם באַרג נבֿו, און דאָרט זאָל משה נפֿטר ווערן... דער אויסדרוק "בעצם היום", וואָס מיינט ממש אין מיטן טאָג, דערשײַנט נישט אָפֿט אין דער תּורה. וואָס איז דאָ די תּורה אויסן צו באַטאָנען?

תּורה־געדאַנק

וועגן דעם אינערלעכן באַטײַט פֿון שופֿר־בלאָזן אין ראָש־השנה גיט דער בעל־שם־טובֿ צו פֿאַרשטיין מיט אַ משל: אַ בן־מלך, אַ פּרינץ, האָט אַוועקגעוואַנדערט אַ לענגערע צײַט פֿון זײַן טאַטנס קיניגלעכן פּאַלאַץ אין פֿאַרשיידענע נאָענטע און ווײַטע שטעט און דערפֿער. ער האָט זיך דערפֿאַר אָפּגעריסן און אָפּגעווישט פֿון די אַלע איידעלע און פֿײַנע אויפֿפֿירונגען און מאַניערן פֿון זײַן קיניגלעכער היים. ער האָט געהאַט זייער אַ געמאַטערטן לעבן אין זײַנע פֿאַרוואָגלטע מקומות. ער האָט, פֿאַרשטייט זיך, נישט געהאַט די טײַערע שפּײַזן און געטראַנקען, מיט וועלכע מ׳האָט אים געקעכלט אין פּאַלאַץ; אויך זײַנע בגדים זײַנען שוין געווען צעריסן און צעשליסן. ער אַליין איז געווען פֿאַרברודיקט און האָט שוין אַפֿילו נישט געקענט מער ריידן דעם ראַפֿינירטן לשון פֿון בית־המלכות.

תּורה־געדאַנק

אין אָנהייב פֿון דער פּרשה דערציילט די תּורה וועגן דעם "כּריתת ברית", דעם הייליקן בונד, וואָס דער אויבערשטער האָט דורכגעפֿירט מיט די ייִדן איידער זיי זײַנען אַרײַנגעקומען אין ארץ־ישׂראל. צווישן די רייד וועגן דעם ענין באַטאָנט די תּורה דעם אויבערשטנס ווערטער (כט, יג־יד): "ולא אתּכם לבדכם אנכי כּורת את הברית הזאת וגו׳ כּי את אשר ישנו פּה וגו׳ ואת אשר איננו פּה" — און נישט מיט אײַך אַליין "פֿאַרשנײַד" איך אָט דעם ברית... נאָר מיט דעם וואָס איז פֿאַראַן דאָ... און מיט דעם וואָס איז דאָ נישטאָ.

תּורה־געדאַנק

דער אָנהייב פֿון דער פּרשה לערנט אונדז וועגן דער מצוה פֿון "ביכּורים" — די ערשטע רײַף־געוואָרענע פֿרוכטן פֿון זײַנע גערטנער און פֿעלדער, האָט אַ ייִד געדאַרפֿט ברענגען אין בית־המקדש. "ביכּורים להשם" — די ערשטע רײַף־געוואָרענע פּירות דאַרף אַ ייִד אַוועקגעבן צו השם. ווען איז אַ ייִד מחויבֿ צו מקיים זײַן אָט־די מצוה? — זאָגט דער ערשטער פּסוק פֿון דער פּרשה: "והי׳ כי תּבֿוא אל הארץ וגו׳ וירישתּה וישבֿת בה" — און ס׳וועט זײַן, אַז דו וועסט קומען אין לאַנד (ארץ־ישׂראל) און דו וועסט זי באַהערשן און זיך באַזעצן אין איר (דעמאָלט, פֿירן אויס די פּסוקים) זאָלסטו ברענגען "ביכּורים".