- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דאָס יאָר, ווען אַלע קולטור־טוערס ציטערן צוליב דעם אומזיכערן מצבֿ פֿון דער עקאָנאָמיע איבער דער וועלט, האָט זיך געיאַוועט אַ געפּאַקטער עולם פֿאַרן וואָך־לאַנגיקן מוזיק־ און קולטור־פֿעסטיוואַל — "קלעזקאַנאַדע". אין עס־צימער איז אָפֿט געווען שווער צו געפֿינען אַ בענקל וווּ זיך אַוועקצוזעצן און כאַפּן אַ ביסן פֿון די "געשמאַקע" מאכלים (דאָס שרײַב איך שוין מיט איראָניע; איך קען אײַך פֿאַרזיכערן, אַז קיינער קומט ניט אויף "קלעזקאַנאַדע" צוליב דעם עסן). עס האָט אַוודאי יעדן איינעם הנאה געטאָן צו זען, אַז דער אינטערעס צו "קלעזקאַנאַדע" וואַקסט, און אַז דאָס 16טע יאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל וועט זיכער ניט זײַן דאָס לעצטע. סוף זומער 1961 האָט זיך געביטן די גאַנצע מאַפּע פֿון דעם ייִדישן געדרוקטן וואָרט, כאָטש פֿאַרבונדן איז עס געווען נאָר מיט איין נײַער אויסגאַבע — דער מאָסקווער ליטעראַרישער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". דער דאָזיקער זשורנאַל האָט געבראַכט נײַע ווינטן, און אין קורצן אויך שטורעמס, אין דער ייִדישער וועלט. קודם-כּל, האָבן צענדליקער סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער באַקומען אַ טריבונע פֿאַר זייערע ווערק. זינט די שפּעטע 1940ער יאָרן, ווען די סאָוועטישע רעגירונג האָט ליקווידירט די גאַנצע אינפֿראַ-סטרוקטור פֿון ייִדישן קולטור-לעבן, איז קיין שום מעגלעכקייט ניט פֿאַרבליבן זיך צו דרוקן אויף ייִדיש אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. צווישן די שרײַבער, וועלכע האָבן איבערגעלעבט די סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס, זײַנען געווען אַזעלכע, וועלכע האָבן זיך ניט געשראָקן צו שיקן זייערע ווערק אין אויסלענדישע קאָמוניסטישע צײַטשריפֿטן, דער עיקר, קיין וואַרשע. אָבער ס’רובֿ שרײַבער האָבן עס ניט געטאָן. אייניקע האָבן אַפֿילו געפּרוּווט צו שרײַבן אויף אַן אַנדער שפּראַך — רוסיש, אוקראַיִניש וכ’. דעם 10טן אויגוסט האָט דער "אַלוועלטלעכער ייִדישער קולטור-קאָנגרעס" (congressforjewishculture.org) , צוזאַמען מיטן "ייִוואָ" און דער "פֿאָרווערטס"-רעדאַקציע, אָפּגעמערקט די טרויעריקע דאַטע, דעם 12טן אויגוסט 1952. דעמאָלט זײַנען אין מאָסקווע אומגעבראַכט געוואָרן די פֿירנדיקע טוער פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. צווישן זיי זײַנען געווען די שרײַבער דוד בערגעלסאָן, דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש, איציק פֿעפֿער און לייב קוויטקאָ, ווי אויך דער פֿירנדיקער אַקטיאָר פֿון דעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער בנימין זוסקין. אַזוי האָט דער סאָוועטישער רעזשים זיך צערעכנט מיט זיי, געטרײַע סאָוועטישע בירגער, ווײַל זייער טעטיקייט האָט אויסגעזען פֿאַרדעכטיקט אין די אויגן פֿון סטאַלינס פּאַראַנאָיִשע אידעאָלאָגן און פּאָליציאַנטן. אין דער גאַנצער געשיכטע פֿון די רשימות, וועלכע די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" שטעלט צונויף פֿאַר בעסטסעלערס, האָט נאָר איין איבערזעצונג פֿון ייִדיש פֿאַרנומען דאָס ערשטע אָרט. אַזוי איז עס, לכל-הפּחות, אין דער קאַטעגאָריע פֿון ליטעראַרישע ווערק פֿאַר דערוואַקסענע. די רייד גייט וועגן שלום אַשס ראָמאַן "איסט ריווער", וואָס איז אַרויס אין יאָר 1946 — סײַ אויף ייִדיש, סײַ אין אַן ענגלישער איבערזעצונג. טאַקע די דאָזיקע איבערזעצונג האָט דערגרייכט דעם "ניו-יאָרק טײַמס"-אָלימפּוס דעם 24סטן נאָוועמבער 1946. אויף ייִדיש האָט דעם ראָמאַן אַרויסגעגעבן דער פֿאַרלעגער אליהו לאַוב. אַ געבוירענער אין פּוילן, איז לאַוב געוואָרן אַ באַקאַנטער סאָציאַליסטישער פֿאַרלעגער אין בערלין. ווען היטלער איז געקומען צו דער מאַכט, האָט לאַוב, צוזאַמען מיט זײַן משפּחה, עמיגרירט קיין בעלגיע און דערנאָך קיין אַמעריקע. זײַן ניו-יאָרקער פֿאַרלאַג פֿלעגט פֿון מאָל צו מאָל דרוקן ייִדישע ביכער. אַמאָל זײַנען געווען צוויי ברידער: איינער אָן אָרעמער און דער אַנדערער אַ רײַכער. האָט דער אָרעמער ברודער געדרייט זיך לעבן דעם רײַכן ברודער און אָפּגעלעקט בײַ אים אַ ביינדל, אַז ס’איז נאָך געבליבן פֿאַר זײַן ווײַב און קינדער. געגאַנגען, וווּ מ’האָט אים געשיקט און געטאָן, וואָס מ’האָט אים געהייסן. איין מאָל איז ער געשטאַנען בײַם טויער און אָפּגעהיט, אַז אַ פֿרעמדער זאָל צו זײַן ברודער ניט אַרײַנגיין. זעט ער, ווי עס קומט צו אַ קליין מענטשעלע מיט אַ גאָלדן קאַפּעליושל אויפֿן קאָפּ און טראָגט אויף דער פּלייצע אַ זעקעלע. שטעלט אים דער אָרעמער ברודער אָפּ און פֿרעגט: פֿון דעם בוך "פֿריילעכקייטן" (1944), צונויפֿגעשטעלט דורך דעם ניו-יאָרקער ייִדישן שרײַבער און זשורנאַליסט לאַזאַרוס מאָנפֿריד (1885—1955) אַ גרויסע ייִדישע שׂימחה אין אַ פּויליש שטעטל האָט מען געפֿונען אַ געהרגעטע פֿרוי אַרום פּורים צײַט. די אַנטיסעמיטישע העצער האָבן גלײַך געמאַכט דערפֿון אַ בלוט-בילבול און פֿאַרשפּרייט אַ קלאַנג, אַז ייִדן האָבן זי געהרגעט צו האָבן בלוט אויף פּסח. די ייִדן האָבן זיך געריכט אויף אַ פּאָגראָם און זײַנען אַרומגעגאַנגען אין גרויס שרעק. |