טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נתן דאַטנער מיט זײַנע דרײַ פּאַרטנערינס אין
" דער לעצטער לײַדנשאַפֿטלעכער געליבטער " >
באר־שבֿע, באַקאַנט אויך ווי די "הויפּטשטאָט פֿון נגבֿ", פֿאַרמאָגט זיך איר אייגענעם טעאַטער. אַ הונדערט קילאָמעטער טיילן אָפּ באר־שבֿע פֿון תּל־אָבֿיבֿ, ס׳לייגט זיך אָבער נישט אויפֿן זינען אַז אַ תּל־אָבֿיבֿער אײַנוווינער זאָל פֿאָרן קיין באר־שבֿע צו זען אַ טעאַטער־פֿאָרשטעלונג. ווען ס’וואָלט זיך געהאַנדלט וועגן אַ פֿוטבאָל־פֿאַרמעסט, קאָן מען נאָך פֿאַרשטיין, אָבער טעאַטער?

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די קינסטלער ענבר פּינטאָ און אַבֿשלום פּאָלאַק
די אָפּערע "אַרמיד", פֿון קריסטאָף וויליבאַלד גלוק איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן צום ערשטן מאָל אין 1777 דורך דער אָפּערע פֿון פּאַריז. הײַנט ווערט דאָס דאָזיקע קונסטווערק פֿאָרגעשטעלט מיט גרויס דערפֿאָלג אין ישׂראל דורך דער היגער אָפּערע. די סענסאַציע, וואָס "אַרמיד" האָט דערוועקט בײַ אונדז, איז, אין אַ גרויסער מאָס, אַ דאַנק די אייגנאַרטיקע ישׂראל־קינסטלער אַבֿשלום פּאָלאַק און ענבר (אינבאַר) פּינטאָ, וואָס זײַנען דאָ פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער רעזשי, כאָרעאָגראַפֿיע, אַנימאַציע קאָסטיומען, און פֿירן אויך אויס די בינע־אײַנשטעלונג.

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יעקבֿ באָדאָ (רעכטס), גדי יגיל (לינקס) און די מאָדעלקע פֿון קליידער־געשעפֿט, רונית אַשרי
נאָך אַ לענגערער צײַט פֿון דערווײַטערונג האָב איך זיך צוריקגעקערט צום "ייִדישפּיל"־טעאַטער. ער איז טאַקע נישט געבליבן שטיין אויף אַן אָרט, דער ייִדישער טעאַטער אין ישׂראל. אמת, נישט קיין שאַרפֿע ענדערונגען זײַנען דאָרט פֿאָרגעקומען, אַלנפֿאַלס נישט אין דער באַציִונג צו דער טעאַטער־קונסט; אָבער דאָך, קאָן מען זען אַ ממשותדיקן רוק פֿאָרויס, בעיקר, וואָס שייך דעם פּראָפֿעסיאָנעלן צוגאַנג צו דער אַרבעט וואָס הייסט טעאַטער.