- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין יעדער צופֿעליקער טרעפֿונג בליט אַ בלויער בלי.
וואָרצלדיקע ישׂראל־מאָטיוון זײַנען דער עיקר אין דער פֿאָרשטעלונג פֿון אַמנון לוי און רמי דנון "גפֿן בלאדי" (אויטענטישער ווײַנטרויבן־פֿלאַנץ), אויפֿגעפֿירט אין קאַמרי־טעאַטער, אין תּל־אָבֿיבֿ. וואָס קאָן שוין זײַן מער ישׂראליש ווי אַוועקצושטעלן אויף דער בינע די אָפּהאַנדלונג אין האַרץ פֿון נגבֿ; אויסווײַלן ווי אַ העלד פֿון דער פּיעסע אַ ישׂראלדיקן נגבֿ־אײַנוווינער, אַן אידעאַליסט, שאָול בערגער, וואָס שטרעבט ווידער דערפֿירן צום אויפֿבלי פֿון דעם אוראַלטן ארץ־ישׂראלדיקן ווײַנטרויבן־פֿלאַנץ, פֿון וועלכן עס האָט געטריפֿן דער ווײַן פֿאַר די כּהנים און פֿאַר די בויערס פֿון בית־המיקדש; כ'האָב קיין מאָל נישט געהערט פֿון אַזאַ אָפּערע. זיכער, אַז ס'איז פֿון ראָסיני? מ'וואָלט עס געדאַרפֿט אויספֿאָרשן. מ'וואָלט נאָך געקאָנט ווײַטער פֿאָרזעצן און פֿרעגן, צי ס'איז יאָ פֿאַראַן, צי ס'איז נישט פֿאַראַן אַזאַ אָפּערע בײַ ראָסיני, אָבער אונדזער אָפּערע־פֿאַרוואַלטונג האָט געמאַכט אַ סוף צו דער דיסקוסיע. זי האָט באַשלאָסן אויפֿצופֿירן "די רײַזע קיין ריימס" ווי דעם ערשטן טיטל פֿון סעזאָן. און אָט האָט איר אַ פֿאַרטיקע אָפּערע מיט אַלע פּיטשעווקעס, מ'דאַרף בלויז קויפֿן דעם בילעט און גיין עס זען. די ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן וואָרט אין ישׂראל זענען געקומען באַגריסן דעם "פֿאָרווערטס" צום 110טן יאָרטאָג, סוף פֿאַרגאַנגענע וואָך. די צײַטונג איז דאָך אויך אונדזערע! האָבן מיר דען אַן אַנדער ייִדישע צײַטונג אויף צו לייענען, אויף מיטצואַרבעטן, אויף זיך אויסצולעבן אין ייִדיש? דעריבער טאַקע איז אויסגעקומען אַזוי פֿאַרשטענדלעך די שטופּעניש אַרום די קאַסעס בײַם “בית ציוני־אמריקה", אין תּל־אָבֿיבֿ, אויף צו באַקומען אַ בילעט אויף דער פֿאָרשטעלונג. מיר אַלע זײַנען דאָרט געווען און די שטופּעניש האָבן מיר אָנגענומען פֿאַר ליב, ווײַל זי האָט ווי פֿאָרויסגעזאָגט דאָס וואָס האַלט בײַם אָנקומען. דער עולם האָט געהאַט וואָס צו דערוואַרטן און האָט זיך טאַקע נישט אַנטוישט. ס'איז זיכער נישט איבערגעטריבן זיך צו באַציִען צו "די כּתובה" ווי צו אַ קלאַסישער קאָמעדיע. צום וויפֿלטן מאָל האָט מען זי שוין אויפֿגעפֿירט בײַ אונדז, פֿאַרבלײַבט די פּיעסע פֿאַרווײַלנדיק און עפֿעקטיוו ווי געווען. און וואָס הייסט קלאַסיש, אויב טאַקע נישט אָט די מעגלעכקייט איבערצוחזרן די זעלבע סיטואַציעס און אַרויסרופֿן ווידער אַ געשמאַקן געלעכטער בײַם צושויער, ווי ער וואָלט עס געזען צום ערשטן מאָל? אפֿרים קישון האָט די דאָזיקע קאָמעדיע געשאַפֿן אין די 60ער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם י"ה, די טעאַטער־קריטיקער פֿון דער פֿרעמדער פּרעסע אין ישׂראל באַגעגענען זיך גאַנץ אָפֿט. מ'טרעפֿט זיך, אָבער קיין חבֿרים זײַנען מיר נישט. גאַנץ זעלטן מאַכט מען אַ קאָמענטאַר נאָך אַ געוויסן ספּעקטאַקל, און אויב יאָ, איז עס אויך אויבערפֿלעכלעך, קיינער זאָל, חלילה, נישט צוגנבֿענען בײַם אַנדערן די טיפֿזיניקע אידעע, וואָס ער האָט נישט ווילנדיק אַרויסגעזאָגט. פֿון אַזוי פֿיל מאָל טרעפֿן זיך, פֿון אַזוי פֿיל פֿאָרן צוזאַמען אויף ווײַטע שטרעקעס, שאַפֿט זיך דאָך אַן אָנגעהעריקייט, קיין פֿרעמדע זײַנען מיר פֿאָרט נישט. ווען כ'האָב אײַנגעלאַדן אַ חבֿרטע צו גיין זען אין "קאַמרי"־טעאַטער "טויט פֿון אַ קאָמיוואָיאַזשאָר" פֿון אַרטור מילער — האָט זי מיר אָפּגעזאָגט, זאָגנדיק, "כ'האָב דאָך עס שוין געזען". אַוודאי האָט זי עס געזען, ווער האָט עס נישט געזען? אין ישׂראל איז דאָס זיכער די אַממיינסטנס פֿאָרגעשטעלטע פּיעסע און מסתּמא אַזוי אויך איבער דער וועלט. נאָר וואָס דען? מיט אָט דער נײַער אויפֿפֿירונג אין "קאַמרי" קאָן מען בלײַבן שטיין און זיך בפֿירוש פֿרעגן, צי זײַנען טאַקע אויף אַן אמת דורכגעלאָפֿן 60 יאָר זינט די פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אין 1949? "טויט פֿון אַ קאָמיוואָיאַזשאָר" איז פֿאַרבליבן אַקטועל ווי עס איז געווען. די ייִדישע פֿאָלקס־קונסט האָט ליב פּאַוועס. יאָ, טאַקע, יענעם שיינעם פֿויגל מיט די פּרעכטיקע קאָלירפֿולע פֿעדערן אינעם וויידל. דער אימאַזש "די גאָלדענע פּאַווע" חזרט זיך איבער ווי אַ לייטמאָטיוו אין דער לירישער שאַפֿונג פֿון איציק מאַנגער; פֿאַרן פּאָעט איז זי סײַ די מוזע, סײַ דער סימבאָל פֿאַרן גורל פֿון פֿאַלק. פֿאַר אונדז אָבער, איז איצט "די גאָלדענע פּאַווע" דער אייגנאַרטיקער מוזיקאַלישער טריִאָ פֿאַר וועמען די ייִדישע מוזיק און די ייִדישע קונסט־לידער דריקן אויס זייער מוזיקאַלישע עקזיסטענץ־באַרעכטיקונג. מיט יוסף ראַבינען האָבן מיר זיך געקענט ניט איין צענדליק יאָר. אין משך, קאָן מען זאָגן, פֿון אַן אַנדער עפּאָכע האָב איך געדרוקט אויף דער מאַשינקע זײַנע ווערק. אונדז איז אויסגעקומען אין איינעם איבערלעבן גענוג געשעענישן, וועלכע זײַנען פֿאָרגעקומען פֿאַר דער צײַט פֿון אונדזער באַקאַנטשאַפֿט. אין "פֿאָרווערטס" האָב איך איבערגעלייענט מישע לעווס זייער אינטערעסאַנטע דערמאָנונגען וועגן יוסף ראַבינען. עס האָט מיר ממש פֿאַרקלעמט דאָס האַרץ, דערמאָנענדיק זיך וועגן דעם טײַערן, געטרײַען, באַוווּסטן שרײַבער יוסף ראַבין. אַן אימפּאָזאַנטער, מ'וואָלט געקאָנט אַפֿילו צוגעבן, אַן אומפֿאַרגעסלעכער קולטורעל־מוזיקאַלישער אָוונט איז אַנומלט פֿאָרגעקומען אין "עינבֿ"־זאַל, אין סאַמע צענטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ. צום ערשטן מאָל האָט דער צושויער אינעם פֿולגעפּאַקטן זאַל געהאַט די געלעגנהייט אויסצוהערן די קאָנטאַטע "אין מלכות פֿון צלם", געשאַפֿן דורכן קאָמפּאָזיטאָר דניאל גלאַי, אינספּירירט פֿון דער פּאָעמע מיטן זעלבן נאָמען, "אין מלכות פֿון צלם", פֿון דיכטער אורי־צבֿי גרינבערג (אצ"ג). אַלץ איינס — "אַ חלום אין אַ זומער־נאַכט", צי אַ "זומער־נאַכט־חלום", די קאָמעדיע פֿון וויליאַם שעקספּיר ווערט נאָך אַ מאָל אויפֿגעפֿירט בײַ אונדז אין ישׂראל, דאָס מאָל אונטער דער רעזשי פֿון רינה ירושלמי. "אַ זומער־נאַכט־חלום", וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן מיט העכער 400 יאָר צוריק, איז נישט ווי אַלע קאָמעדיעס, אויב מען באַציט זיך צו דעם אָן חכמות, און מען טראַכט זיך נישט צו פֿיל אַרײַן אין אירע פֿאַרבאָרגענע מיינען. אין אַזאַ פֿאַל איז דער "חלום..." אַזאַ שפּיל, וואָס קומט פֿאָר אין צוויי באַזונדערע רוימען — דער פּאַלאַץ, דניאל גלאַי, קאָמפּאָזיטאָר און ייִדיש־געזעלשאַפֿטלעכער טוער, האָט געשאַפֿן אַ ייִדישע אָפּערע: "חיים בן־חיה". אַנומלט איז זי אויפֿגעפֿירט געוואָרן צום ערשטן מאָל אין "בית־לייוויק", די היים פֿון די ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל. באַקאַנט ווי אַ פֿעיִקער קאָמפּאָזיטאָר מיט אַ ברייט־פֿאַרשפּרייט מוזיקאַליש־ווערק, איז דניאל גלאַי, אויך דער פֿאָרזיצער פֿונעם שרײַבער־ און זשורנאַליסטן־פֿאַראיין, וווּ אַ דאַנק דער מוזיקאַלישער באַשעפֿטיקונג פֿון דעם פֿאָרזיצער, פֿאַרנעמט די מוזיק אַ גאַנץ וועזנטלעכן טייל אין דער טעטיקייט פֿונעם אַנשטאַלט. |