- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די מוזיק־שול פֿון "בוכמאַן־מעטאַ" איז געגרינדעט געוואָרן אין 2004. זינט דעמאָלט, האָט דער אַנשטאַלט דורכגעפֿירט נישט ווייניק אויפֿטוען, וואָס זײַנען ווערט מ'זאָל זיי באַצייכענען. מיר האָט דווקא דערוועקט צו שרײַבן וועגן דער מוזיק־שול קאָנצערט. אַ קאָנצערט? דאָס איז דאָך טאַקע דאָס ממשותדיקע פֿון אַ קאָנסערוואַטאָריע, דאָס איז דאָך איר צוועק און דער תּכלית פֿון איר עקזיסטענץ, איז וווּ שטעקט דאָ דער וווּנדער?
נישט וויכטיק ס’אָרט, אַבי ס’זאָל זײַן דאָ,
נישט קיין מאַסן האָבן געשטראָמט יענעם באַזונדערן שבת־צו־נאַכט אין "בית־לייוויק". ס'איז דאָרט צו שטאַנד געקומען דער "מאַראַטאָן פֿאַר ייִדישער פּאָעזיע". דאַכט זיך, וואָס מיינט אַ ווינקל טעלערס און וואַזעס. קומט חגי שׂגבֿ (כאַגאַי סעגעוו), דער קוראַטאָר פֿון דער אויסשטעלונג, אַליין אַ לייטער־קוראַטאָר פֿון ישׂראל־קונסט, ווי אויך אַ ראַטגעבער איבער אַרכעאָלאָגישע און אַרכיטעקטור־פּראָיעקטן, און שטעלט אײַן אַ סדר אויף דעם צעפּראַלטן קעראַמישן געביט. דווקא ווײַל דער קוראַטאָר קומט נישט פֿון דעם דאָזיקן צווײַג און האָט נישט קיין פּרעטענזיעס מ'זאָל אים אָננעמען ווי אַ געניטן קענער אין דעם ספּעציפֿישן קעראַמישן פֿעלד, האָט ער אין זײַנע ערשטע שריט נאָכן באַקומען די שטעלע, זיך גענומען פֿאַראינטערעסירן אין די קינסטלער, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דעם. אַ פּראָוואָקאַטיווע ווערסיע פֿון "סאַלאָמע" האָבן מיר איצט געזען אויף דער בינע פֿון דער ישׂראלדיקער אָפּערע. דער רעזשיסאָר פֿון אָט דעם ספּעקטאַקל, דייוויד אָלדען, גוט באַקאַנט בײַ אונדז איבער זײַנע פֿילצאָליקע רעזשי־אַרבעטן פֿאַר דער ישׂראלדיקער אָפּערע, פֿירט דורך דאָ זײַן פּלוצעמדיקן "צוריקקער", אַזוי אומדערוואַרט־שפּאַנענדיק ווי דאָס איז זײַן קינסטלערישער צוגאַנג צו דער איצטיקער אויפֿפֿירונג פֿון "סאַלאָמע". שוין בלויז דער נאָמען, "סאַלאָמע", פֿאַרמאָגט אַן אומדערקלערבאַרן כּוח אָנצוצינדן די פֿאַנטאַזיע מיט אָן אַ שיעור אָנצוהערענישן וועגן שרעקלעכע חטאָים און פֿאַרבאָטענע מעשׂים. דאָס יאָר 1961, ערבֿ דעם אײַכמאַן־פּראָצעס. אַנדאַ, אַ לעבן־געבליבענע יונגע פֿרוי פֿון אַן אונגאַרישער אָפּשטאַמונג, אַ קראַנקן־שוועסטער אין אַ שפּיטאָל פֿאַר עלטערע מענטשן, דערלאַנגט אַ ביטע אַרויסצוטרעטן ווי אַן עדות אויפֿן אײַכמאַן־פּראָצעס. זי האָט וואָס צו דערציילן. זי איז איינע פֿון יענע אומגליקלעכע פֿרויען וואָס האָבן איבערגעלעבט די שעדלעכע מעדיצינישע עקספּערימענטן אין אוישוויץ, וווּ זי איז געווען פֿאַרשפּאַרט. דאַכט זיך, אַ גאַנץ נאָרמאַלע בקשה; ווען נישט זײַן פֿאָרטראָג אין בית־לייוויק, וואָס איז לעצטנס צושטאַנד געקומען אַ דאַנק דער איניציאַטיוו פֿון דער לערערקע סאָניע ראָזענבערג, וואָלט איך מיט רועי (ראָיִ) זיכער זיך נישט געטראָפֿן. ס'איז שוין ווײַט נישט קיין וואָכיקע געשעעניש צו אַנטדעקן אין אונדזער נאָענטן אַרום אַ ישׂראלדיקן ייִדיש־אינטעלעקטואַל אַרײַנגעטאָן אין פֿאָרשן פֿראַגן מיט אַ קוים לײַכטן אַנקער צו אונדזער טאָג־טעגלעכן לעבן, און פֿון דעסטוועגן, געקניפּט און געבונדן מיט אונדזער ווירקלעכקייט. "דיבוקים", אַזוי אין מערצאָל, רופֿט אָן די "הבימה" די דרײַ ספּעקטאַקלען פֿון דער טעאַטראַלער אונטערנעמונג אַרום דעם דיבוק־מאָטיוו — טעאַטער, טאַנץ און ליאַלקעס, וואָס דריקט זיך אויס אין אַן איינטאָגיקן פֿעסטיוואַל. די יעניקע וואָס האָבן אַ גוטן זכּרון, געדענקען מן־הסתּם, אַז אין דריטן אַקט פֿון דער לעגענדאַרער דראַמע "דער דיבוק", אין דעם הויז פֿון רבין, פֿאָדערט דער רבי מיט שטרענגע ווערטער דער דיבוק זאָל פֿאַרלאָזן דעם קערפּער פֿון דער בתולה. "דיבוק, גיי אַרויס!" בייזערט זיך אויף אַ קול דער צדיק פֿון מיראָפּאָל. זי איז אויפֿגעטראָטן אויף דער בינעלע פֿון לייוויק־הויז; נישטאָ דאָרט וווּ זיך אַ ריר צו טאָן, זי אָבער האָט פֿון דעם זיך נישט געמאַכט קיין וועזן; זי האָט געטאָן אירס: זי האָט געזונגען, מער האָט זי נישט באַדאַרפֿט. ס'איז געווען קלאָר אַז די סצענע איז איר מיליע, גיט איר בלויז אַ בינע — נישט וויכטיק די גרייס — און אַ פּובליקום — דאָס רעשט, פֿאַרלאָזט זיך אויף איר, זי וועט זיך שוין אַן עצה געבן. 90 יאָר פֿײַערט דער טעאַטער "הבימה", זינט ס׳איז אויפֿגעקומען אין מאָסקווע, אין 1917 (דאָס יאָר פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע) דער ערשטער טעאַטער, וואָס האָט פֿאַר זיך געשטעלט אַ ציל צו שפּילן בלויז אויף העברעיִש. אַ לאַנגע געשיכטע, מיט מער אומעטיקע ווי פֿריידיקע עפּיזאָדן, איז בסך־הכּל דאָס גאַנצע האָב־און־גוטס פֿון "הבימה". אין 1926 האָט דער "הבימה" פֿאַרלאָזט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און זיך שוין קיין מאָל נישט אומגעקערט צוריק. ער האָט אָבער באַזוכט מאָסקווע מיט אַ סך יאָרן שפּעטער ווי אַ העלדן פֿון אַן אַנדער צײַט און אין אַנדערע אומשטאַנדן. איך קאָן נישט געדענקען גענוי ווען האָט זיך עס אָנגעהויבן בײַ אונדז דער פֿוראָר פֿון די ייִדיש זינגענדיקע אָוונטן. אָבער ווען זיי האָבן זיך אָנגעהויבן איז שׂרהלע פֿעלדמאַן שוין פֿון לאַנג דאָרט געווען. דעם אמת געזאָגט, געפֿינט זי זיך שוין אויף דער בינע זינט זי איז נײַן יאָר אַלט געווען, דעמאָלט האָט זי אַנטפּלעקט דער אַמאָליקער באַוווּסטער בינע־קינסטלער בן־ציון וויטלער. זי איז געווען אַ וווּנדערקינד, נישטאָ וואָס צו רעדן! באַערונג־קאָנצערט פֿאַר די געפֿאַנגענע און פֿאַרשוווּנדענע אין די ראַמען פֿון די פֿײַערונגען, געווידמעט 60 יאָר מדינת־ישׂראל, וועט דער ישׂראלדיקער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער דורכפֿירן דעם 25סטן מײַ אַן אייגנאַרטיקן קאָנצערט: אַ מוזיקאַלישע באַערונג לכּבֿוד דעם געפֿאַנגענעם סאָלדאַט גלעד שליט און די פֿאַרשוווּנדענע סאָלדאַטן אהוד גאָלדוואַסער און אלעד רגבֿ. די הויפּט־מאָטיוון אין דער מוזיקאַלישער דראַמע פֿון דניאל גלאַי "וואָס, ער לעבט נאָך?" — איז אָן ספֿק נישט קיין געוויינלעכער נאָמען פֿאַר אַ מוזיקאַלישער שאַפֿונג. כאָטש אין דעם פֿאַל פּאַסט עס דווקא יאָ, צוליב דער פּשוטער סיבה, ווײַל אויך נישט קיין געוויינלעכער איז דער דראַמאַטישער טעקסט, וואָס דינט ווי אַן יסוד צו דער מוזיקאַלישער פּאָעמע. נאָר ביידע, סײַ דעם טיטל, סײַ דעם טעקסט האָט דער קאָמפּאָזיטאָר דניאל גלאַי אויסגעוויילט פֿאַר זײַן נײַער אויסנעמלעכער שאַפֿונג, לעצטנס אויסגעפֿירט געוואָרן צום ערשטן מאָל אינעם מוזיקאַלישן צענטער "פֿעליציאַ בלומענטאַל" אין תּל־אָבֿיבֿ. |