משפּחה
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי אַזוי געזעגנט מען זיך?

טײַערע חזנטע,

ס‘איז מיר אַלע מאָל שווער צו שליסן אַ באַציִונג מיט אַ ייִנגל. איך האָב איצט אַ חבֿר, ראָב, וואָס איז אַזוי שיין, אַזוי זיס, אַזוי גוט און אַזוי — נישט צוגעפּאַסט צו מיר! מיר זענען צוזאַמען שוין אַ חודש לאַנג. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך אים דערציילט, אַז איך בין נישט זיכער, צי אונדזער באַציִונג וועט זיך אויסאַרבעטן. ער האָט מיר געענטפֿערט, אַז מע קען קיין מאָל נישט וויסן, אַז "אַלץ וואָס מיר קענען טאָן איז בעסער צו זיך באַקענען און אויסצוגעפֿינען".

משפּחה
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וויפֿל פֿעלערן קענען מיר מאַכן?

טײַערע חזנטע,

איך בין אַלט געווען 10 יאָר ווען די נאַציס האָבן אָקופּירט ליטע. די ערשטע קרבנות זענען געפֿאַלן מײַן פֿאָטער און ברודער. איך בין באַפֿרײַט געוואָרן פֿון אוישוויץ נאָך 5 יאָר לײַדן מיט אַ וואָג פֿון 27 קילאָ, מיט טיפֿוס און טובערקולאָז. איך האָב באַשלאָסן צו פֿאָרן קיין ישׂראל. נאָך 3 חדשים האָב איך דאָרטן זיך באַקענט מיט מײַן ליבן מאַן שמואל ראָזענבאַום.

משפּחה
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע:

איך וווין איצט אַליין, זינט מײַן בעני איז געשטאָרבן מיט צוויי יאָר צוריק. איך גיב זיך אַן עצה און בדרך־כּלל קען איך אויסקומען אַליין בײַ טאָג: איך שפּיל קאָרטן מיט חבֿרים, גיי ווי אַ פֿרײַוויליקער אין מײַן שיל, פֿאַרברענג מיט מײַנע אייניקלעך. די פּראָבלעם איז בײַ נאַכט: איך קען נישט שלאָפֿן און בין תּמיד איבערגעשראָקן.

משפּחה
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿאַרליבט בײַ דער אַרבעט

טײַערע חזנטע,

איך בין פֿאַרליבט אין אַ פֿרוי, וואָס איך קען פֿון דער אַרבעט. איך זע זי יעדן טאָג און עס מאַכט מיך משוגע. כ׳האָב געטאָן אַלץ, וואָס איך קען — כ׳האָב זי פֿאַרבעטן אויף מיטאָג מיט מיר; דאַכט זיך, אַז זי האָט הנאה געהאַט די ערשטע וואָך, אָבער זינט דעמאָלט איז זי "פֿאַרנומען".

משפּחה
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי אייביק איז די ליבע?

טײַערע חזנטע,

מײַן ווײַב, וואָס כ׳האָב מיט איר צוזאַמענגעלעבט 48 יאָר, איז אַוועק אין דער אייביקייט מיט דרײַ יאָר צוריק. זי איז געווען און וועט אייביק זײַן מײַן איינציקע אמתע ליבע. אָבער לעצטנס האָב איך זיך באַקענט מיט אַ פֿרוי, וואָס געפֿעלט מיר.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

נאָך אין אונדזערע קינדער־יאָרן בין איך און מײַן פֿרײַנד געווען נאָענטע חבֿרים. מיר זענען געווען אין איין קלאַס צוזאַמען פֿונעם קינדער־גאָרטן ביז הײַנט. קענען מיר זיך, הייסט עס, כּמעט אַ גאַנץ לעבן. מיר ווילן בלײַבן פֿרײַנד און נישט ווערן געליבטע — פּשוט, גוטע־פֿרײַנד.

דעם זומער האָט ער אָנגעהויבן זיך טרעפֿן מיט אַ חבֿרטע אויף אַן ערנסטן אופֿן און, מיט אַ מאָל, האָט אונדזער באַציִונג זיך געביטן. זײַן חבֿרטע האַלט נישט, אַז בחורים און מיידלעך קענען זײַן בלויז פֿרײַנד, און זי לאָזט אים נישט פֿאַרברענגען מיט מיר, אַפֿילו נישט רעדן מיט מיר אויפֿן טעלעפֿאָן, ווען זי איז דערבײַ.