- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, די מאַמע מײַנע מאַכט מיך משוגע! איך בין 18 יאָר אַלט און וווין אין מײַן קאָלעדזש־קאַמפּוס. איך קען זיך אַליין אײַנאָרדענען און דאַרף נישט, אַז מע זאָל האַלטן אַן אויג אויף מיר. מײַן מאַמע, אָבער, קלינגט מיר כּסדר צו דערמאָנען וועגן מײַנע עקזאַמענס, צי איך לייג זיך שלאָפֿן גענוג פֿרי, אַפֿילו צו פֿרעגן צי איך האָב געוואַשן די וועש. וואָס זאָל איך טאָן, זי זאָל אויפֿהערן מיך צו "באַדערן"? טײַערע חזנטע, מײַן מאַן און איך רעדן קוים איינער צום אַנדערן. מיר זענען ביידע פֿאַרנומען און אַרבעטן שווער בײַ אונדזערע שטעלעס. ער איז אַן אַדוואָקאַט, און איך בין אַ דאָקטער. מיר האָבן דרײַ שיינע קינדער, וועלכע זענען אויך זייער פֿאַרנומען. זיי לערנען זיך מוזיק, שפּילן קוישבאָל און לערנען זיך טאַנצן. עס דאַכט זיך מיר, אַז מײַן מאַן און איך האָבן נאָר צײַט אָנצורופֿן די אַקטיוויטעטן פֿון אונדזערע קינדער — ווער עס פֿירט וועמען און ווען. איך האָב אָבער מורא, אַז דער קאָנטאַקט צווישן אונדז צוויי ווערט פֿאַרלוירן. טײַערע חזנטע, ווען איך וואָלט געווען אין גאַנצן ערלעך מיט זיך אַליין, וואָלט איך געדאַרפֿט מודה זײַן, אַז מײַן 8־יאָריק טעכטערל איז געוואָרן אַן אמתע תּכשיט. זי יאָמערט און קלאָגט ווען מיר לאָזן זי נישט טאָן עפּעס וואָס זי וויל. אין אַ קראָם דאַרף מען אַלע מאָל איר קויפֿן עפּעס. זי טראַכט נאָר פֿון זיך אַליין. וואָס קען איך טאָן, זי זאָל ווערן מער סימפּאַטיש? טײַערע חזנטע, איך בין נישט מסכּים מיט מײַן מאַן וואָס שייך דער פּראָבלעם, ווי אַזוי מע זאָל דיסציפּלינירן אונדזערע קינדער. איך האַלטן נישט פֿון שלאָגן דאָס קינד. ער האַלט, אַז אַ פּאַטש אין "הינטער־חלק" איז אַמאָל כּדאַי. ווער איז גערעכט? טײַערע חזנטע, מײַן מאַמע איז אין אירע 80ער יאָרן. זי איז עובֿר־בטל און וווינט אין אַ מושבֿ־זקנים. איך וווין פֿינף מינוט פֿון איר און קום צו גאַסט עטלעכע מאָל אַ וואָך. אירע ברודער און שוועסטער און איך פֿאַרזיכערן, אַז זי האָט אַלץ וואָס זי דאַרף. שוין יאָרן ווי איך פֿאַרנעם זיך מיט אירע לעגאַלע און פֿינאַנציעלע ענינים. ווען איך בין געווען יונג, איז מײַן מאַמע געווען מײַן נאָענטסטע חבֿרטע; איך האָב נאָר געוואָלט פֿאַרברענגען מיט איר. טײַערע חזנטע, איך האָב זיך לעצטנס באַקענט מיט אַ פֿײַנער פֿרוי. מיר האָבן צוזאַמען געגעסן אין אַ רעסטאָראַן און גוט פֿאַרבראַכט. איך האָב זי געפֿרעגט, צי זי וויל זיך זען נאָך אַ מאָל, און זי האָט מיט פֿרייד געזאָגט, אַז יאָ. נאָך אַ מאָל האָבן מיר גוט פֿאַרבראַכט. דערנאָך ווען מיר האָבן געהאַלטן בײַם געזעגענען זיך, האָט זי געזאָגט, אַז זי דאַרף נאָך גיין אײַנקויפֿן צום עסן, און האָט מיך געפֿרעגט, צי איך וויל גיין מיט איר? טײַערע חזנטע, מיט אַ מאָל איז מײַן 17־יעריק טעכטערל געוואָרן זייער פֿרײַנדלעך מיט דער וועלט. כאָטש, על־פּי־לאָגיק, פֿאַרשטיי איך, אַז די אַנטוויקלונג איז אַ גוטע, ווײַל זי איז קלוג און אַחריותדיק, האָב איך, פֿון דעסטוועגן, מורא. ווען זי איז נישט מיט מיר, זאָרג איך זיך וועגן אַלץ — צי איז דער שאָפֿער פֿון איר אויטאָ אַ גוטער? צי זאָל איך איר קלינגען און הערן וואָס זי טוט? געפֿינט זי זיך אין זיכערע הענט? טײַערע חזנטע, פֿאַר וואָס קען איך קיין מאָל נישט מאַכן קיין באַשלוס? איך קווענקל זיך הין און צוריק וועגן יעדן ענין, יעדן באַשלוס. ווען איך בין אין אַ קליידער־געשעפֿט, קען איך נישט באַשליסן וואָסערע מלבושים צו קויפֿן. איך בין קיין מאָל נישט זיכער, וואָסער קלייד פּאַסט מיר מער. אַפֿילו נאָך דעם ווי איך קויף עפּעס, זאָרג איך זיך, אַז איך האָב געהאַט אַ טעות און פֿרעג זיך, צי איך האָב ריכטיק באַשלאָסן. פֿאַר וואָס קומט עס מיר אָן אַזוי שווער? טײַערע חזנטע, תּמיד ווער איך דערשלאָגן אין דער צײַט פֿון יאָר. איך האָב דאָס געפֿיל, אַז איך האָב פֿאַר זיך געשטעלט, בײַם אָנהייב יאָר, אַ ציל צו בײַטן אַ סך אין מײַן לעבן — פֿאַרלירן וואָג, באַקומען אַ בעסערע אַרבעט, שאַפֿן נײַע חבֿרים — און צום סוף יאָר, זע איך, אַז איך בין דער זעלבער וואָס פֿריִער. פֿאַר וואָס קען איך נישט דערגרייכן מײַנע צילן? טײַערע חזנטע, מײַן פֿרוי גייט דורך אַ שווערע צײַט און איך ווייס נישט ווי איר צו העלפֿן. זי איז די בעסטע פֿרוי און די בעסטע מאַמע פֿאַר אונדזערע דרײַ קינדער. אונדזער ייִנגסטע קינד איז ערשט אַוועק אין קאַלעדזש און מײַן פֿרוי איז געוואָרן אין גאַנצן צעמישט און צעטראָגן. זי האַלט, אַז זי האָט פֿאַרלוירן איר ציל אין לעבן און וויל אַדאָפּטירן אַ קינד פֿון כינע! איך וויל פּשוט מיר זאָלן ביידע הנאה האָבן פֿון אונדזערע פּענסיעס צוזאַמען. ווי קען איך איר העלפֿן? טײַערע חזנטע, מײַן מאַן און איך קענען נישט געפֿינען קיין פּשרה ווען מיר זאָלן האָבן קינדער. דער חילוק אין עלטער צווישן אונדז איז אַ גרויסער. ער איז מיט עלעף יאָר עלטער. מיר האָבן חתונה געהאַט בלויז מיט אַ יאָר צוריק. איך וויל מער צײַט בלײַבן אַליין מיט זיך, אָן קינדער. שמואל, פֿאַרקערט, וויל נישט ווערן קיין אַלטער טאַטע. ווי אַזוי זאָלן מיר די פּראָבלעם אויסגלײַכן? טײַערע חזנטע, איך בין אַן אַלקאַהאָליקער. איך בין ניכטער געוואָרן מיט פֿינף יאָר צוריק און איך בין שטאָלץ מיט מײַן פּראָגרעס. איך גיי אויף אַן "איי־איי"־זיצונג ("אַנאָנימער אַלקאַהאָליקער") יעדע וואָך, און האָב בדעה אַזוי צו טאָן אויך ווײַטער, כּדי איך זאָל קענען בלײַבן ניכטער. איך האָב ערשט אָנגעהויבן אַ באַציִונג מיט אַ מיידל, וועלכע איך מיין איז אַזוינס און אַזעלעכס. ווען זאָל איך איר אויסזאָגן דעם סוד וועגן מײַן שיכּרות? |