- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, די יום־טובֿים קומען אָן, און די צײַט אָפּצוגעבן אַ דין־וחשבון. אָבער ס׳איז דאָ איין זאַך וואָס קוועטשט מיך — עס פֿאַלט מיר נישט אײַן וואָס פֿאַר אַ זינד איך בין באַגאַנגען. דאָס קלינגט זייער עגאָיִסטיש, אָבער דאָס איז נישט מײַן מיין. איך בין 19 יאָר אַלט, איך טרינק נישט, נעם נישט קיין נאַרקאָטיק, און סעקס איז בײַ מיר אַן ערנסטער ענין. טײַערע חזנטע, מיט פֿיר חדשים צוריק בין איך געוואָרן אַ פֿעטער. זינט מײַן פּלימעניק איז געבוירן געוואָרן רעד איך נאָר ייִדיש צו אים. דאָס איז נישט קיין פּראָבלעם ווען איך און מײַן מאַמע היטן אים און מײַן שוועסטער און שוואָגער זענען נישטאָ. געוויינטלעך, זע איך מײַן פּלימעניק אין מײַן שוועסטערס היים. מײַן שוואָגער, מיר דאַכט, האָט פֿײַנט, ווען איך רעד אויף ייִדיש מיטן קינד, אַפֿילו ווען מיר זענען נישט אינעם זעלביקן צימער, אָבער, ער זאָגט מיר גאָרנישט. ער גייט צו צו מײַן שוועסטער (וועלכע האָט נישט קיין פּראָבלעם, ווען איך רעד ייִדיש) און זאָגט איר, אַז איך זאָל אויפֿהערן צו רעדן. טײַערע חזנטע, אַ חבֿרטע מײַנע פֿון אוניווערסיטעט, וועלכע איך האָב שוין דרײַ יאָר נישט געזען, איז געקומען צו גאַסט דעם סוף־וואָך. איך בין געווען צופֿרידן זי צו זען און צו פֿאַרברענגען מיט איר. מיר פֿלעגן זײַן נאָענטע פֿרײַנד און במשך פֿון די יאָרן געבליבן אין קאָנטאַקט דורכן טעלעפֿאָן און בליצבריוו. כאָטש מיר האָבן גוט פֿאַרבראַכט, האָב איך געוואָלט זײַן אַליין נאָך דעם ווי איך האָב מיט איר פֿאַרבראַכט עטלעכע שעה יעדן טאָג. טײַערע חזנטע, מײַן ברודער און זײַן פֿרוי זענען געקומען צו גאַסט און אײַנגעשטאַנען בײַ מיר אין פֿלאָרידע דעם זומער. אָבער זיי זענען נישט בלויז געקומען צו גאַסט, נאָר אויסגעניצט מײַן גאַסט־פֿרײַנדלעכקייט פֿאַר זייערע צוועקן. קיילע האָט פֿאַרבראַכט מיט אירע חבֿרטעס אין מיאַמי יעדן טאָג. אָדם איז איר נאָכגעגאַנגען ווי אַ הינטל, און נישט געוואָלט פֿאַרברענגען מיט מיר כאָטש אַ ביסל. איך האָב זיי אַפֿילו בפֿירוש געזאָגט, אַז איך וויל עסן מיט זיי אַ שבת־וועטשערע — נאָר מיר דרײַ. טײַערע חזנטע, פֿאַר וואָס קען מײַן חבֿרטע זיך נישט אויפֿפֿירן ווי אַ מיידל דאַרף זיך אויפֿפֿירן? עמילי האָט קורצע האָר און איז אַ ספּאָרטלערין. זי האָט ליב צו פֿאַרברענגען די צײַט מיט ספּאָרט — שפּילן, צוקוקן אָדער רעדן וועגן ספּאָרט — מיט מײַנע מאַנצביל־חבֿרים! זי טרינקט ביר און רעדט הויך אויף אַ קול און טראָגט אַפֿילו מענערישע קליידער. אפֿשר קלינגט עס, ווי איך בין נישט קיין גוטער חבֿר; אָבער, אין דער אמתן, האָב איך זי זייער ליב. מיר זענען אַ גליקלעך פּאָרל. טײַערע חזנטע, איך גיי באַלד חתונה האָבן. דאָס איז מײַן צווייטע חתונה, אָבער די ערשטע פֿאַר מײַן חתן. זאָל איך טראָגן אַ ווײַס חופּה־קלייד? מײַן מאַמע האַלט, אַז ניין, אַז ס‘איז נאַריש. טײַערע חזנטע, איך האָב אַ פּראָבלעם מיט וועלכער איך שעם זיך. איך באַטייליק זיך אין אַ מנין אין דער זעלבער שיל פֿון מײַנע קינדער־יאָרן. איצט בין איך 17 יאָר אַלט, אָבער די עלטערע מענטשן קוקן אויף מיר ווי איך וואָלט געווען נאָך 7. איין פֿרוי, רות כּהן, מאַכט מיך משוגע — ווען זי דערזעט מיך, נעמט זי מיך אַרום און גיט מיר אַ פּאַטש פֿון הינטן. איך געדענק, ווען זי פֿלעגט דאָס טאָן מיט צען, צוועלף יאָר צוריק. איך באַמי זיך זי אויסצומײַדן, אָבער אין אַזאַ קליינער שיל איז דאָס אוממעגלעך. וואָס דאַרף איך איר זאָגן וועגן דעם, אָבער דערבײַ זי נישט באַליידיקן? זאָל איך עפּעס זאָגן בכלל אָדער "זאָל מײַנס איבערגיין"? טײַערע חזנטע, איך אַרבעט ווי אַ געהילף בײַ אַ חזן אין אַ שיל. אַזוי פֿיל מענטשן ווילן, איך זאָל זיך באַקענען מיט זייער חבֿר אָדער קרובֿ, אַז איך ווער משוגע. איך בין יונג און באַמי זיך אויפֿצופֿירן פּראָפֿעסיאָנעל; אָבער מײַנע מיטאַרבעטער און די מיטגלידער אין דער קהילה "האַקן" מיר כּסדר וועגן דעם, איך זאָל האָבן אַ ראַנדעוווּ מיט זייער זון, אייניקל אָדער חבֿר. כאָטש איך בין יאָ אַ ביסל פֿאַראינטערעסירט אין דעם, וויל איך מע זאָל האָבן דרך־ארץ פֿאַר מיר און מײַן פּאָזיציע, און מיר דאַכט, אַז די שמועסן זענען נישט פּאַסיק בײַ דער אַרבעט. ווי קען איך די שמועסן אָפּשטעלן, אָבער בלײַבן העפֿלעך אין דער זעלבער צײַט? טײַערע חזנטע, מײַן נאָענסטע חבֿרטע, שׂרה, און איך זענען פֿאַרגאַנגען אין טראָגן אין דער זעלבער צײַט. במשך פֿון די לעצטע צוויי חדשים שמועסן מיר וועגן אונדזער מצבֿ, און שטעלן זיך פֿאָר, ווי ס‘וועט זײַן צו האָבן קינדער אין דער זעלבער עלטער. עס האָט גענומען בײַ שׂרהן אַ לאַנגע צײַט צו ווערן טראָגעדיק און זי וויל זייער שטאַרק האָבן אַ קינד. איך בין נישט געווען אַזוי זיכער, צי איך וויל ווערן אַ מאַמע, און תּיכּף געוואָרן טראָגעדיק. טײַערע חזנטע, איך בין אין מיטן פֿון אַ גט מיט מײַן דריטן מאַן. מײַנע צוויי זין זענען געווען קעגן דער חתונה פֿון אָנהייב אָן. אפֿשר זענען זיי געווען גערעכט, אָבער זיי האָבן זייערע אייגענע לעבנס, און איך דאַרף אויסלעבן מײַנס. איצט, אַז איך בין "ווידער אַ מויד", טרעף איך זיך ווײַטער מיט מענער אַ דאַנק מײַנע חבֿרים. מײַנע זין זענען אין כּעס אויף מיר און האַלטן, אַז איך דאַרף זיך בעסער באַקענען מיט זיך אַליין. טײַערע חזנטע, שוין אַכט חדשים וואָס איך האָב אַ חבֿרטע. דעם סוף־וואָך האָט זי גענעכטיקט בײַ מיר און געפֿונען ערגעץ פֿאַרשטעקט אין אַ ווינקל אין באָדצימער אַ פֿלעשל פֿרויען־פּאַרפֿום. מיט כּעס און טרערן האָט זי מיך באַשולדיקט אין זײַן נאָענט מיט אַנדערע פֿרויען. איך האָב איר געזאָגט דעם אמת — אַז דאָס פֿלעשל געהערט צו אַ פֿרוי, וועלכע איך האָב געקענט מיט אַ יאָר צוריק, און וואָס האָט איבערגעלאָזט עטלעכע זאַכן בײַ מיר אין וואַשצימער. איך האָב זיך נישט געכאַפּט, אַז די זאַכן זענען נאָך געבליבן דאָרטן. טײַערע חזנטע, דאָס גאַנצע לעבן האָב איך פֿאַרגעטערט מײַן עלטערע שוועסטער, ביילע. זי איז קלוג, גוט־האַרציק און הצלחהדיק. אָבער איך האָב ערשט איצט באַמערקט, אַז נאָך אַ שמועס מיט איר, האָב איך שלעכטע געפֿילן וועגן זיך אַליין. זי טוט דאָס נישט בכּיוון, אָבער ווען מיר צעשיידן זיך, ווער איך באַאומרויִקט. למשל, זי גיט אַ זאָג — "האָסטו שוין געקויפֿט אַ מתּנה פֿאַר דער מאַמען אויף מוטערס־טאָג? |